Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Introduction· Visit to St. Louisספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· מבוא· הביקור בסט. לואיס
אהביקור בסט. לואיס
כשהגיע רבינו אל בית הנתיבות בסט. לואיס קבלו פניו כשלשת אלפים איש. בשעה 00.9 בערב התקיים "קבלת פנים" בבית הכנסת בני אמונה — ונאספו כשני אלפים איש. רבינו דיבר 15 מינוט.
כשהגיע רבינו אל בית הנתיבות בסט. לואיס קבלו פניו כשלשת אלפים איש. בשעה 00.9 בערב התקיים "קבלת פנים" בבית הכנסת בני אמונה — ונאספו כשני אלפים איש. רבינו דיבר 15 מינוט.
בביום ה' י' אייר התקיימה התוועדות מיוחדת בבית הכנסת נוסח האריז"ל, שם אמר רבינו המאמר שאו מרום עיניכם25.
גביום א' י"ג אייר הי' רבינו סנדק בברית מילה. בשעה 00.6 בערב התקיימה אסיפה בבית הכנסת שערי צדק. ובשעה 00.9 הי' היתה מסיבה בבית מושב זקנים, שם נאם רבינו נאום 25 מינוט. ע"ד תוכן הדברים שדיבר אנו קוראים בעיתון "דער אידישער רעקארד" יח אייר תר"ץ:
דאין זיינע ווארימע רעדעס וואס ער האט געהאלטען זונטאג בייטאג אין שערי צדק און ביים באנקעט אין בית מושב זקנים האט ער שטארק אויפגעפאדערט מען זאל שטרענג אפ היטען דעם לאמזער גאון'ס פסק דין, ווי אויך שמירת שבת און טהרת המשפחה. נאך שטארקער האט ער אפעלירט פאר דער ארגאניזירונג פון דער אידישער יוגענד אויף דער מוסטער פון די "יאנג איזראעל".
המועתק בזה ראיון שנתן אז רבינו לכתב ונדפס בעתון "דער אידישער רעקארד" יח אייר תר"ץ*76:
ו"רבי, כ'וואָלט וועלען וויסען אייער מיינונג וועגען דעם צוקונפט פון אונזערע ברידער אין רוסלאַנד אויף דעם גייסטיגן געביט, צי די אויסראַטונגס פּאָליטיק פון יעווסעקען אין די לעצטע 12 יאָהר האָט שוין חלילה אונטערבראָכען דעם אידישען גייסט צו איז נאָך פאַראַן אַ שטיקעל האָפנונג פאַר בעסערע צייטען"?
זדער רבי האָט אַ טיעפען קנייטש געטאָהן דעם שטערען ווי איינער וואָס וויל פאַרטרייבען פון זיך אַ בייזען געדאַנק און גלייך געענפערט:
ח"חס ושלום, אויף קיין איין מינוט קען איך ניט דערלאָזען דעם געדאַנק אַז דער בית ישראל אין רוסלאַנד זאָל פאַרלוירען געהן פאַר אונז. בלויז די וואָס קענען ניט דעם עקשנות'דיגען גייסט פון אונזערע רוסישע ברידער קענען דענקען וועגן דעם.
ט"יאָ יאָ — האָט דער רבי צוגעגעבען אַביסעל באַגייסטערט נאָך אַ קורצען שווייגען — ניט אומזיסט האָט אונז משה רבינו טיטולירט מיט'ן נאָמען "עם קשה עורף", אויב מיר זענען אָפט מאָהל נאָכגעביג און אַמאָהל טאַקע שוין צופיהל נאָכגעביג אין זאַכען וואָס האָבען אַ שייכות צו אונזערע פּריוואַטע אינטערעסען, זענען מיר דערפאַר אָבער טיעף איינגעשפּאַרט עקשנית'דיג פאַרביטערט ווען עס קומט פאָר די ענינים ריהרען אָן אונזער צוגעבונדענקייט צו אונזער הייליגער רעליגיע, צו אונזער ירושת אבות.
י"און נאָר די, וואָס זענען ניט באַקאַנט מיט דער פאַקטישער לאַגע דאָרט, אָדער וואָס ווילען אפשר אומיסטען צומאַכען זייערע אויגען קענען דעריבער אַריינפאַלען אין יאוש בנוגע דער צוקונפט פון רעליגיע און תורה לערנען אין רוסלאַנד.
יא"דער גייסט פון אידישער עקשנות בנוגע תורה און מצות איז צו מערקען אין רוסלאַנד ניט נאָר ביים עלטערען דור, וועלכער איז גאַנץ נאַטירליך, נאָר אויך ביי אַ גרויסען טייל פון דער יוגענט, און אפילו ביי גאָר קליינע קינדער, מסירות נפש פאַר תורה לערנען און קיום המצות איז אַ גאַנץ [אָפטע] ערשיינוג היינט צוטאָג אין רוסלאַנד אויך ביים יונגען אונטערוואַקסענען דור דאָרט.
יב"אמת די צאָהל פון אָט אַזעלכע עקשנים איז נאָך יעצט ניט גרויס גענוג, ווי מיר איבערגעגעבענע אידען וואָלטען עס וועלען. אָבער אָט דער "שאר ישוב" גיט אונז די בעסטע האָפנונגען, אַז מיט פרומקייט און תורה לערנען איז נאָך די לאַגע ניט אַזוי שטאַרק געפעהרליך אין רוסלאַנד.
יג"אידישקייט אין רוסלאַנד וועט ניט אונטערגעהן קיינמאָל, די אידישער עקשנות איז בלויז נאָך איינמאָהל געשטעלט געוואָרן צו אַ נסיון, און פּונקט ווי אַלע פריהערדיגע נסיונות אין דער הינזיכט האָבען זיך געענדיגט מיט אַ נצחון אויף אונזער זייט אַזוי וועט אויך דער איצטיגער נסיון אונז אַרויפיהרען בלויז געשטאַרקט און פאַרפעסטיגט אין תורה און מצות, האָט דער רבי פאַרענדיגט זיין ענפער.
יד— און וואָס דיינקט איהר, רבי וועגען דער צוקונפט פון תורה און אידישקייט ביי אונז אין אַמעריקאַ? האָב איך ווייטער געפרעגט.
טו"אָט זעהט איהר, האָט דער רבי געענטפערט, אויף אָט דער פראַגע איז מיר שוין אַביסעלע שווערער צו ענטפערן ווי אויף דער פריערדיגער, אָבער אויך דאָ בין איך ניט אַזוי שטאַרק פּעסימיסטיש ווי אַנדערע אייראָפּעאייע אידען וואָס באַזוכען אַמעריקע, אויף'ן ערשטען קוק קען עס אפשר אויסזעהן אַביסעלע ווילד, עס איז אָבער אַ פאַקט, אַז די אַמעריקאַנער אידישע יוגענד פאַרמאָגט אַ טיעפען רעליגיעזן געפיהל און ביינקט נאָך אידישקייט. די פאַרשיעדענע רעליגעזע יוגענדליכע אינסטיטוציעס, וועלכע עקזיסטירען דאָ אין לאַנד, זענען דער בעסטער באַווייז דערצו, וואָס עס פעהלט דערביי איז בלויז, דאָס, אַז דער עלטערער דור זאָל פון זיין זייט אויפהערען זיך צו באַציהען מיט יאוש צום צוקונפט פון אידישקייט אין אַמעריקאַ און זאָל זיך מעהר פאַראינטערעסירען מיט'ן יונגען דור, אַ גרויסע הילף און דעם הינזיכט וואָלט געקאָנט געבען די היגע אידישע פּרעסע, וועלכע איז אַ גרויסער פאַקטאָר אינ'ם היגען אידישען לעבען".
טז"ערלויבט מיר רבי, אייך שטעלען נאָך אַ פראַגע, צו זענט איהר צופרידען מיט דער מאַטעריעלער זייט פון אייער שליחות קיין אַמעריקאַ? האָט דאָס אַמעריקאַנער אידענטום זיך גענוג וואַרים אָפּגערופען פאַר די מוסדות התורה, וואָס ווערען געשטיצט דורך אייך?
יזווען דאָס וואָלט זיין דער איינציגער צוועק פון מיין באַזוך דאָ אין אַמעריקאַ, האָט דער רבי געענטפערט, וואָלט אפשר כדאי געווען אויף דעם אָפּשטעלען, דער אמת איז אַז דאָס איז נאָר אַ טהייל, און נאָר אַ קליינער טייל, פון דעם צוועק, וואָס איך האָב זיך געשטעלט צו מיין רייזע אַהער, דער הויפּט צוועק פון מיין נסיעה איז געווען צו באַקענען מיט דעם היגען מצב און מיט דער הילף פון גדולי ישראל דאָ אין לאַנד, אויפהויבען דעם מצב פון אידישקייט און תורה צווישען אַמעריקאַנער אידען. אויב דאָס וועט זיך מיר, מיט גאָט'ס הילף איינגעבען אין אַ וועלכער עס איז מאָס וועט דאָס שוין זיין די גרעסטע באַפרידיגונג פאַר מיין רייזע אַהער".
יח— איז מיר ערלויבט, רבי, איבער צו געבען תמצית פון אונזער געשפּרעך פאַר די לייענער פון דיזער צייטונג — האָב איך צום לעצטע אַ פרעג געטאָהן.
יט"געוויס איז די זאַך פאַר מיר אַ שטיקעל קרבן, ווייל כ'האָב קיינמאָל ניט געוואָלט און וויל איצט אויך ניט צו מאַכען קיין שום וועזען פון מיין פּערזענליכקייט, צוליעב דעם טאַקע גיב איך קיינמאָל ניט קיין אינטערוויאוען פאַר פאָרשטעהער פון די צייטונגען, נאָר אויב מר. געלמאַן, דער רעדאַקטאָר פון דיזע צייטונג און אויך איהר אַליין דענקט אַז דברים שבכתב צוזאַמען מיט דברים שבעל פה וואָס כ'האָב גערעדט אין סט. לואיס וועלען העלפן עס זאָל לפחות צוקומען כאָטש איין פּאָר תפילין און אַ אידישער שטוב, אָדער מיטהעלפען שמירת שבת, טהרת המשפחה, למוד התורה און פרומקייט בכלל, בין איך צופרידען דאָס מאָהל אַוועק בויגען מיין פּרינציפּ אין אַ זייט און אייך ערלויבען פאַרענפענטליכען דאָס וואָס מר. געלמאַן און איהר רעכענט פאַר גלייך" האָט דער רבי פאַרענדיגט.
כאין משך פונ'ם געשפּרעך, וועלכער האָט זיך פאַרצויגען איבער 45 מינוט, האָט דער רבי באַריהרט פיעלע וויכטיגע פראַגען וואָס זיינען פאַרבונדען מיט זיין אויפהאַלטען זיך אין אַמעריקאַ אָבער ניט אַלעס וואָס איז גערעדט געוואָרען איז מיר ערלויבט צו פאַרעפענטליכען.
כאביום ג' ט"ו אייר בערב חזר רבינו לניו יארק עם מסע מהיר — נסיעה של 24 שעות.
כבבמשך שהותו בניו יארק התאכסן רבינו בעיקר במלון ניוטאן. וביקר בשכונות שונות וערך אסיפות.
כגבחג השבועות הי' רבינו בבראנקס, שם אמר רבינו ביום א' דחג השבועות המאמר והר סיני8, וביום ב' המאמר אנכי הוי' אלקיך8.