Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·125ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·125

אאַליין. אזור חלציו, דאָס איז די קראַפט, וואָס מענטשען גיבען איבער קינדער, דערפאַר ווערען קינדער אָנגערופען יוצאי חלציו135.
בדאָס איז אַלץ מדריגת המשיח, וואָס ווערט אָנגערופען מדריגת האור, די אַלע זאַכען איז פאַראַן אין דער כלי פון דעם אור, דאָס הייסט אין חסידות, וואָס חסידות איז שכל אלקי ועבודת השי"ת.
גמט. דער136 שכל פון חסידות איז אַ שכל אלקי, וואָס דאָרטען איז דער ענין פון התכללות דחכמה היא נקודה ובינה היא היכלא137 וצריכים להיות שניהם138, דגם בהשגה דבינה יהי' הביטול דחכמה, וזהו ג"כ עצה וגבורה דהעצה דחו"ב יבא בעבודה בפועל בגבורה, ותוקף המדות שבלב ואז הוא דעת ויראת ה', שהו"ע ערום ביראה139 לפעול הבירור וזיכוך דכל עניני עולם והוא ע"י העבודה.
דדי וועלט האָט אַ טעות און מיינט אַז עבודה איז נאָר וואָס מ'געהט אין וואַסער פאַרן דאַוונען, מ'דאַווענט פינף אָדער זעקס שעה מיט חיות, מ'פאַסט, מ'לערנט אַ סך תורה. ניין, עס איז אַ טעות. עבודה ווערט אָנגירופען, אַז אַ איד געהט אין גאַס דאַרף דער שטיין דערהערען אַז אַ איד האָט אויף אים געטראָטען140, עס דאַרף ווערען ריינער דער אויר141, עס דאַרף ווערען ליכטיגער די וועלט.
האון בכדי עס זאָל אַזוי זיין, אַז די וועלט זאָל ליכטיגער ווערען, דאַרף מען אָט די אַלע זאַכען, וואָס מ'האָט געזאָגט, מ'דאַרף לערנען חסידות, מ'דאַרף דאַוונען באריכות און מיט אַ חיות, מ'דאַרף עוקר מן השרש זיין די אַלע מדות רעות און מ'דאַרף האָבען מדות טובות, און דאַמאָלסט ווערט ליכטיג די וועלט.
ואון דאָס איז והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו, די אמונה דאָס איז דער גאַרטעל וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער. אַלע ווייסען גאַנץ גוט אַז קיין זאַך אין דער וועלט קאָנען עלטערען אַ קינד ניט איבערגעבען, די אַלע גשמיות'דיגע ירושות זיינען ניט זיכער און ניט פעסט.
זדי אַלע גשמיות'דיגע זאַכען נעהמט דער מענטש ניט מיט מיט זיך אין קבר (ווי מ'זאָגט אין דעם געוויסען קאַפּיטל תהלים142, דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז ובלע המות לנצח143, און אַלע אידען זאָלען לאַנג לעבען) און דאָס איז אויך ניט קיין זיכערע ירושה פאַר קינדער.
חדי אמת'ע זיכערע ירושה וואָס עלטערן גיבען איבער קינדער איז, כחות הנפש און אמונה. און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, דאָס איז די הויפט זאַך וואָס דער מענטש גיט יוצאי חלציו.
טדי גאַנצע וועלט מענטשן, איז זייער