Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·126ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·126

אהאָפענונג איז, אַ קינד און דאָס איז דער תקות אדם, יעדער מענטש אָהן אונטערשייד, רייך אָדער אָרעם ח"ו, איז דער עיקר אַ קינד. דער טעם הדבר בשרשו איז, וויילע דאָס איז דאָך דער כח אין סוף אין נבראים. דער בנין עדי עד, דער נברא וואָס ער איז דאָך בעצם אַ מוגבל, איז דערפאַר באַ איהם דער עיקר אַ קינד, וואָס דאָס איז דער בלי גבול פון נבראים144.
באון דאָס איז די ירושה וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער, די אמונה, דאָס איז אַן אייביגע זאַך.
גנ. אין פסוק שטעהט והאמונה, ער האָט דאָך געדאַרפט זאָגען ואמונה, פאַרוואָס זאָגט ער והאמונה? אָט די אמונה דוקא, דאָס איז שייך צו זאָגען נאָר אויף אַ זאַך וואָס עס איז דאָ עטליכע מינים, זאָגט מען דאַמאָלט, די זאַך, און ניט קיין אַנדערע. אמונה איז איינע, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים, איז וואָס זאָגט ער והאמונה?
דאמת, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים145, אַלע אידען גלויבען אין דעם אויבערשטען ב"ה, שם שמים איז שגור בפי כל, געלויבט איז דער אויבערשטער, איז דער ערשטער וואָרט וואָס יעדער איד, אנשים נשים וטף, זאָגען.
האַז איינער פרעגט דעם אַנדערען: וואָס מאַכסטו? ענטפערט איהם דער צווייטער: געלויבט דער אויבערשטער, אָדער אַ דאַנק. . .
ואידען גלויבען אין דעם אויבער­שטען ב"ה וואָס ער איז העכער ווי טבע, ווי מיר זעהען אין טעגליכען לעבען, איינער ח"ו האָט ניט קיין עסק און קיין כלי צו פרנסה, ענטפערט איהם דער צווייטער: זאָרגט ניט, דער אויבער­שטער העלפט; אַז איינער איז רחמנא ליצלן אַ גרויסער חולה, דאָקטוירים זאָגען חלילה אָפּ, טרייסט מען, דער אויבערשטער וועט רחמנות האָבען, ער זאָל רחמנות האָבען, ער איז דאָך דער רופא חולים, און דער אויבערשטער ב"ה האָט דאָך רחמנות.
זדער טעגליכער אידישער לעבען און די הונדערטער טויזנטער מסירות'נפש'ן און קידוש­השם'ן וואָס אידען, אנשים נשים וטף, האָבען דורכגעטראָגען און טראָגען דורך אין פערשידענע מדינות אין פערשידענע אופנים, איז דאָס אַ בעווייז אויף דער אמונה טהורה, וואָס ביי אידען יחיו איז, אַז די אמונה איז ביי זיי איינגעוואָרצעלט אין דער טיפעניש פון זייער לעבען.
חאָבער אמונה איז מקיף146, דערפאַר קאָן זיין אין דעם מענשענ'ס פיהרונג צוויי זאַכען וואָס זיינען הפכים, למשל, איינער געהט גנב'ענען און בעט דעם אויבערשטען ב"ה אַז ער זאָל איהם העלפען אַז די גניבה זאָל איהם געלינגען, מ'זאָל איהם ניט כאַפּען147. ער גלויבט אין דעם אויבערשטען ב"ה און טוט אַ זאַך וואָס דאָס איז נגד דעם