Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·95ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·95

אאַ פולע וואָס צו ריידן, עס איז איינע פון די וויכטיגסטע טיילן אין דעם דברי ימי החסידות, אָבער ניט דאָ איז די מעגלעכקייט דאָס גענוי אַרומריידן.
בדי תקופה האָט בעזונדער חשיבות'דיקע מאָמענטען, אַז אויך אין דעם דברי הימים און תולדות החסידות איז דאָס קובע מקום לעצמו, נאָר צוליב דעם ענין וואָס מי רעדט איצטער, וועט מען קורץ בערירן אייניגע פרטים פון דער תקופה.
גווינטער תער"ב איז דער טאַטע גיווען אין מענטאָן39. פאַר די ערשטע עטליכע וואָכען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט אין מענטאָן, האָט ער זיך גוט אויסגירוהט, און זיין גיזונד צושטאַנד האָט זיך בעדייטענד פאַרבעסערט.
דבעגלייטענדיק דעם טאַטען אין דער נסיעה, פון ליובאַוויטש ביז וואַרשא, האָט מיר דער טאַטע געזאָגט, אַז ער האָפט, זייענדיג אין מענטאָן וועט ער האָבען די גענוגנדע צייט אויף אַרומטראַכטען אַ טיפען נייעם ענין אין חסידות40.
הדי גאַנצע חסידות'ע משכיל'שע וועלט האָט דעם טאַטען בעצייכנט אַלעס דעם גאון אין השכלה פון חסידות.
והחסיד מורי הרשב"ץ נ"ע41 האָט גירופען דעם טאַטען, דער רמב"ם פון חסידות42, וויילע יעדער ענין איז באַ דעם טאַטען אַ הלכה קבועה ומסודרה מיט דעם גאַנצען הסבר פון דעם ענין, דבר דבר על אופנו.
זיעדער איינצלטער מאמר חסידות איז באַ דעם טאַטען אַ מעין פון ים החכמה, אַ מסכת שלמה.
חזומער תרנ"ח זייענדיג אין דאַטשע באָליווקע פלעג איך פון דעם טאַטנס פאַרטראַכטקייט זיין איבערראַשט.
טיעמאָלט פלעגט דער טאַטע אָפט בלייבן זיצן אין גאָרטן, פערטיפט אין מחשבות אייניגע שעות.
יווי ער האָט מיר נאָכדעם דערציילט, איז יעמאָלט בשעת ער איז גיזעסן אין גאָרטן האָט ער אַרומגיטראַכט דעם מאמר, יום טוב של ראש השנה מיט אַלע