Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·96ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·96

אהמשכים וואָס ער האָט גיזאָגט בר"ה תרנ"ט ביז פרשת וירא43.
ביעדער מאמר חסידות וואָס דער טאַטע האָט גיזאָגט, יעדער מאמר חסידות, וואָס דער טאַטע האָט געשריבען, איז דאָס באַ דעם טאַטן גיווען אַ גיוויסע איבערלעבונג.
גזיייענדיג אין די קינדער יאָהרען תרמ"ט­נ"א האָב איך גיהאַט אַ טבע ליב צו האָבן קוקן ווי דער טאַטע פלעגט זיצן באַ זיך אין חדר, אָדער באַ דעם זיידן אין אהל, אַ טיף פאַרטראַכטער, און דעם טאַטנ'ס פאַרטראַכטקייט פלעגט מיך בעצויבערן.
דיב. דעם ערשטן זמן וואָס מורי הרשב"ץ נ"ע איז גיקומען אין ליובאַוויטש — חורף תרנ"ד44 — האָבן כבוד דודיי הרמ"מ שי'45 ומחות' הר"מ שי'46 גימאַכט אַ סדר, אַז אייניגע מאָהל אין וואָך זאָלן זיי לערנען באַ מורי הרשב"ץ נ"ע חסידות.
הדער יאָהר תרנ"ד איז אַ גיבענטשטער יאָהר אין חסידות47, כמעט אַז אַלע שבתים פון יאָהר, ד. ה. פון ראש השנה ביז שבת פרשת בהעלותך48, ווען דער טאַטע פאָהרט אָפּ אויף קוראַציע אין אָדעס אויפן לימאן49, איז יעדן שבת האָט דער טאַטע גיזאָגט אַ מאמר חסידות50.
ודעם מאמר, וואָס דער טאַטע פלעגט זאָגען פרייטאָג פאַר קבלת שבת, איז אַ חוץ דעם וואָס ער פלעגט איבער גירעדט ווערן פון דעם חוזר, הרב ר' אהרן ז"ל51 פאַר די אורחים וואָס פלעגן