Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5690· Simchas Torah 5690· 97ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תר"ץ· שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]· 97
אקומען אויף שבת, פלעגט דער מאמר ווערן איבער גירעדט פון דער היפּשער — כ"י — צאָהל יושבים52, וואָס זיינען יעמאָלט גיווען אין ליובאַוויטש.
בדער סדר איז גיווען, אַז מאָנטאָג פלעגט שוין זיין דער כתב, די יושבים האָבן דעם מאמר גילערנט בעיון, און באַ עלטערע חסידים — ווי מורי הרשב"ץ41, החסיד ר' חנוך הענדל53, החסיד ר' שמואל ברוך מווארשא54, החסיד ר' אבא מצאשניק55, החסיד ר' ניסן56 — וואָס זיינען יעמאָלט גיווען אין ליובאַוויטש. איז דער תוכן פון דער שבת'דיקער חסידות גיווען דער נושא הדיבור פון דער וואָך.
גאין יענער צייט — חורף תרנ"ד — האָבען כבוד דודיי הרמ"מ שי'45, והר"מ שי'46 זיך שטאַרק פאַרנומען מיט דעם לימוד החסידות, און דאָס האָט שטאַרק גיווירקט אויף עטלעכע יונגע לייט, גרויסע בעלי כשרונות, וואָס זיינען גיוואָרן משכילים אין וועלטישער וויסענשאַפט און אָפּגעווייטערט זיך פון חסידות, און דורך דער קביעות פון לערנען חסידות האָבן זיי זיך דערנעהנט.
דהחסיד מורי הרשב"ץ נ"ע האָט גיהאַט אַ באַזונדער חוש אין קאָנען מבאר און מסביר זיין אַ חסידות'ן וואָרט, צו יעדער ענין האָט ער גיהאַט אַ משל, און יעדער זאַך פלעגט באַ אים אַרויסקומען קלוג און שאַרף.
היג. פון צייט צו צייט פלעגן כבוד דודיי הרמ"מ שי' והר"מ שי' זיין באַ דעם טאַטן, פרעגן און ריידן פערשידענע זאַכן פון דעם וואָס זיי האָבן יעמאָלט גילערנט, אָפטמאָהל פלעגט אַזאַ שמועס דויערן אַ שיינע פּאָר שעה.
וגיוויינלעך פלעגן די שמועסן פאָרקומען אין די אָוונט שעות, ווען באַ מיר איז שוין גיווען נאָך דער צייט וואָס איך האָב גילערנט בא מורי החסיד רשב"ץ נ"ע, און אָפט פלעג איך ביי זיין באַ די שמועסן.
זאין איינעם פון אַזלכע שמועסן האָט דער טאַטע מבאר גיווען דעם ענין פון השכלה השגה הרגשה — פיהלען — און הכרה.
חאיצטער אַז עס איז ב"ה דורכגיגאַנגען מעהר ווי פערציג יאָהר און די אַלע ענינים זיינען ב"ה ברייט אַרומגירעדט גיוואָרן אין פיל מאמרים, זיינען אויך די ענינים פאַררעכנט אין די ענינים חשובים בתורת החסידות, און בפרט יעמאָלט, ווען אין די אַלע ענינים