Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5689· Night of the Second Day of Sukkos 5689· Rigaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תרפ"ט· ליל ב' דחג הסוכות תרפ"ט· ריגא
אליל ב' דחג הסוכות תרפ"ט, ריגא
א. [בענין הברכה דשהחיינו בליל ב' אם קודם לישב בסוכה, אמר כ"ק אדמו"ר:] היות שליל ב' חל במוצש"ק, שאז הסדר הוא יקנה"ז, אין שאלה בזה, דשהחיינו קודם; אבל גם לולי זאת מברכים שהחיינו קודם, ע"פ גביית עדות מאחד שראה שאדמו"ר הצ"צ עשה כן1.
א. [בענין הברכה דשהחיינו בליל ב' אם קודם לישב בסוכה, אמר כ"ק אדמו"ר:] היות שליל ב' חל במוצש"ק, שאז הסדר הוא יקנה"ז, אין שאלה בזה, דשהחיינו קודם; אבל גם לולי זאת מברכים שהחיינו קודם, ע"פ גביית עדות מאחד שראה שאדמו"ר הצ"צ עשה כן1.
בושאל אחד: הלא כן הוא בשו"ע2?
גואמר כ"ק אדמו"ר: אמנם בשו"ע הוא כן מ"מ כשבאים אל הפועל ממש צריכים גם לגביית עדות.
דב. כ"ק אדמו"ר התחיל לדבר בענין הניגונים הישנים שהיו צריכים להזכירם, כמו שהם בלי הוספות. ואמר: כ"ק אאמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הי' לו צר מזה שאינו אומר זמירות בשבת, און האָט דאָס רעכט געמאַכט רק בזה שמדברים אודות חסידות3, אבל זקני אדמו"ר מהר"ש זצוקללה"ה זי"ע אמר זמירות שתי פעמים ובאחד מהפעמים הי' כ"ק אאמו"ר זצוקללה"ה זי"ע אצל השלחן — כי לא היו יושבים כל בניו תמיד אצל השלחן בש"ק, רק שהיו מתחלפים שבוע זו א' ושנית ב' — ואמר אאמו"ר שבפעם הא' הי' גם הוא4.
הושאל אחד: הלא בבית אדמו"ר הצ"צ זי"ע היו מנגנים בני היכלא? ושאל עוד אחד: האם אכלו בבית הצ"צ שלש סעודות? ואמר השואל הא': כן. והשיב ע"ז כ"ק אדמו"ר5, שלא אכלו6, וכן גם בבית אדמו"ר האמצעי וגם בבית אדמו"ר הזקן לאחר שנת תקס"ב לאחר ביאתו מפ"ב בפעם הב' שנאמר הדרוש7 אשר נזכר בו "היום לא"8, מאז הפסיקו ענין השלש סעודות, וקודם לזה אכלו ולאחר דרוש זה הפסיקו ובמקום זה נא' הדרו' דביאורי הזהר9.
וושאל אחד: הרי ר' הלל10 אכל שלש סעודות?
זואמר כ"ק אדמו"ר: אַ רבי און חסידים איז צוויי זאַכן. כי הרבי צריך להתנהג כמו שהוא הענין, אַ חסיד איז ווי ער וואַלגערט זיך אויס איז גוט, אַבי עפּעס אָפּרייסן פון זיך, מאַכן אַ רקבון, אַ שבירה, אַ שפלות עצמי איז גוט, און בכלל איז ניט טאָן ניט קיין זאַך, אָבער אַ רבי דאַרף זיין ווי דער ענין איז, כמו ענין ויגבה לבו בדרכי ה'11, דג"כ צ"ל אצלו דזה נוגע לההמשכה דלמעלה, ומוכרח שיהי' כן כפי שצריך להיות, ולעצמו נוגע הענין, די האַרץ קריינקט און די קאָפּ אויף דעם וואָס איז ניט אַזוי, זהו רק בהנוגע לעצמו אבל הוא כמו שצריך להיות.
חג. כ"ק אאמו"ר הרה"ק נ"ע הי' מעיק לו ענין זה מהעדר אכילת שלש סעודות עד שנת רנ"ד בערך, ואח"כ איז עם רעכט געוואָרן.
טר' שילם רייך12 סיפר פעם א' שהוא בעצמו ראה שהכניסו לחדר אדמו"ר מהר"ש נ"ע לעת שלש סעודות "הייזען בלאזין" (מין מזונות שגם המהדרים אוכלים אותו בלי נטילת ידים), והשיב כ"ק אאמו"ר הרה"ק נ"ע בלשון תימה: אתם ראיתם ואני לא ראיתי13?
יד. אח"כ דיבר עוד בענין הניגונים, ואמר שצריכים לנגן ניגון א' פעמים רבות, וסיפר: בשנת רס"ג14 זכינו לזכות גדול, והי' עומד ר' מיכאל הזקן15 — געשטאַנען ווי אַ חסיד, ער איז געשטאַנען, ניט אַוועקגעשטעלט זיך נאָר געשטאַנען — וניגנו ניגון אבל במהירות, והי' ניכר מכ"ק אאמו"ר הרה"ק נ"ע שאין דעתו נוחה מזה שממהרים, והשיב ר' מיכאל: מען וויל דאָך עפּעס. והשיב כ"ק אאמו"ר הרה"ק נ"ע אַ פּאָר ווערטער, אַז מען דאַרף מאַכן אַ זאַך וואָס איז אַ כלי צו אַ זאַך ביז מען זאָל זיך פאַרגעסן אינגאַנצן אויף דעם און דער כלי אַליין זאָל גוט זיין. וניגנו ניגונים הרבה שלא במהירות, ואח"כ זכינו להשיחות קדש דרס"ג14, זכות גדול הוא.
יאבאמצע איזה ניגון אמר: באמת צריכים להיות בשמחה אמיתית, כי הוא זמן שמחה, רק מפני כי שבורים אנחנו מאד הן ממצב העצמי והן מהכלל, אשר באמת איננו בשום דרגא והיינו שאיננו בציור אדם כלל, אבל עכ"ז צריכים להיות בשמחה באמת.
יבושאל אחד: מהו השמחה?
יגוהשיב: בענין שתלוי בענין עצמי אז כמו שהוא המצב כך הוא ההרגש, אבל בדבר שתלוי בזמן, והיינו שהזמן בעצם הוא זמן השמחה, וע"כ צ"ל בשמחה באמת.
ידובאמת יש מעלה בענין השמחה, כי הזמן דר"ה ועשי"ת ויום הכיפורים אין צריכים לחשוב במצב עצמו מפני שאפשר לעורר כו' כפי אופן המצב שלו, כמו כשיחשוב ענין המחדו"מ שלו באיזה אופן שהוא, אם בגסות או בדקות או בדקות דדקות, בכל אופן שהוא ה"ז גשם.
טוה. התחיל לדבר שגם אלחנן16 בטח יש לו סוכה, ואמר: ער איז אַ אמת'ער פנימי, והוא תולדה פון אַ הערצל (לב), דמה שהוא צריך ליתן (אַרויסגעבן) האָבן מיר ניט דאָס געזען נאָך אין חסידים. דאָס איז אַ רבי שהוא בחי' מוחין וראש. אבל חסידים המה רק תולדות לב. והוא ג"כ אַ תולדה פון אַ הערצל, שנתחנך אצל החסיד ר' הענדל ע"ה17. ר' הענדל הי' משפיע, ומה השפיע? מה הי' לו להשפיע? דלענין השגה לא הי' שייך כלל, רק בעל לב נלהב, הוא הי' כהיש כתיקונו, בלא שום חומריות כלל, כענין הכבוד וכדומה, דלזה לא הי' שייך כלל וכלל, אַרויס פון זיך לגמרי, רק בשביל הזולת בצער של הזולת הי' מגיע לו מאד מאד,
טזוהשמחה של הזולת הי' מענג אותו הרבה.
יזפעם א' שרש"פ*17 הי' חולה בטיפוס ר"ל איז ער געלעגן ביי ר' הענדלען אין חדר, און ער אַליין איז געלאָפן קריגען מילך18, וואָס עם גיין איז געווען זייער שווער, צייטנווייז איז דאָס געווען פאַר אים אַ סכנה, און וועמען ער וואלט בעטן ברענגען אַ ביסל מילך, אַ איד אפילו להבדיל אַ גוי, וואָלט דאָס געטאָן פאַר אים, וויילע ער איז געווען אַ אהוב לכל בריות, איז ער אַליין געלאָפן צו משה זרחי'ן19, ווייל אין ליובאוויטש האָט מען ניט געקענט קריגען פריש מילך אַזוי אָן אַ סיבה, נאָר ביי משה זרחי'נען איז געווען אַ קליין קינד, איז ער געלאָפן אַהין קריגן מילך.
יחאַז עס איז אָנגעקומען די טעלעגראַם ע"ד שחרורו20 של חנן16 איז ר' הענדל אַריינגעלאפן צום טאַטן — ער פלעגט אַריין ווען ער האָט געוואָלט, ער האָט ניט געדאַרפט קיין דאקלאד21, — און האָט זיך ממש געהייבן אויף אַ האַלב אַרשין*21 פון בריק.
יטפאַרברענגען האָט ער געקענט שטענדיק, ער איז געווען אַלעמאָל ביי דעם, און האָט ניט געדאַרפט קיין משקה22, ווי דער רשב"ץ*22 פלעגט זאָגן: די עצם זאַך, אָן מעקלערס. עס איז געשטאַנען אויפן טיש אַ קליין קוואַטירל23, אָבער די קוואַטירל האָט געקענט זיין אויף עטלעכע מאָל, דערנאָך פלעגט ער דאָס אַריינשטעלן אין אַ קרעסלע24.
כדער טאַטע פלעגט ערב פסח דערמאָנען אַ קוק טאָן ביי הענדל'ען אין קרעסלע צי עס איז ניטאָ דאָרט קיין משקה.
כאער איז געווען נאָר האַרץ, אָבער האַרץ איז געווען אָן אַ שיעור25.
כבאַמאָל גיין אויף חזרה איז געווען ניט ווי די לעצטע יאָרן, עס איז געווען ניט שטענדיק, אָבער אַז מען פלעגט שוין אַריינגיין פלעגט דער טאַטע לפעמים אָפּלערנען דעם מאמר, איז דאָס אַלעס געווען דורך הענדלען.
כגבאַ דעם וירד העיט26 איז מען אַריין דורך הענדל'ען און ס'איז געווען דאָרט אין מאמר27 די ווערטער עצמם און עצמות, האָט פייוול28 געביטן די ווערטער און האָט געזאָגט עצמיים עצמות [ואמר כ"ק אדמו"ר: עצמם האָט מען געמיינט דער חיות הכלי עצמן (וזהו בחי' קיום), און עצמות איז דער אור], האָט דער טאַטע אַרויסגענומען אַ פרדס און האָט מיט אונז אָפּגעלערנט אַ שטיקל פרדס29, און הענדל איז גאָר געזעסן און געשלאָפן אויף אַ שטול און אים איז דאָס גאָרניט נוגע געווען, אָבער ער האָט געדאַרפט זיין.
כד[וסיים כ"ק אדמו"ר:] און חנן איז אַ תולדה פון הערצל.
כהדער עיקר איז עבודה, דאָס איז דער חיות און קיום כל דבר.
כוו. [אמר לאחד:] דער אויבערשטער זאָל דיר העלפן אַז דו זאָלסט זיין געזונט אויף אַ אמת, און קענען נעמען אַ ביסל משקה, וואָלט זייער צוניץ קומען. דער אויבערשטער זאָל טאַקע העלפן זאָלסט זיין געזונט אויף אַ אמת.
כז[ושאל א': אם כדאי שיתחיל תיכף? ואמר כ"ק אדמו"ר:] וואָס מיינסטו אַ ביסעלע, און זאָג לחיים.
כחז. בדבר הניגונים אמר: מ'האָט שוין געדאַרפט האָבן אַ סדר זינגען אַלע אַלטע ניגונים, זיי זיינען אָנגעגאָסן מיט חסידות יעדער ניגון דאַרף מען זינגען אַ סאַך מאָל.
כטהשמטה
לבתוך הדברים [בסעיף א] אמר:
לאאדמו"ר הצ"צ הי' נכנס להרב ר' אברהם30 טרם שהי' רבי31.