Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5689· Motzei Tisha B'Av Shall Be Transformed to Joy 5689ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תרפ"ט· מוצאי תשעה באב — יהפך לשמחה — תרפ"ט
אמוצאי תשעה באב — יהפך לשמחה — תרפ"ט1
בישיבת "תורת אמת" בעה"ק ירושלים ת"ו
בישיבת "תורת אמת" בעה"ק ירושלים ת"ו
באיך וויל פאַרברענגען מיט די תלמידים — איז אַ הקדמה כללית צו דעם:
גהגם "תורת אמת" איז דאָך נתיסד מכבר בשנת תער"ב2 ובתחלת ההתיסדות האָט מען געשיקט תלמידי "תומכיתמימים" להיות כזריעה ונטיעה, מ'זאָל וויסן דכוונת ההתיסדות היא להאיר אור, און ב"ה עס איז שוין דאָ פון "תורת אמת" משגיחים ומשפיעים, מ"מ געפין איך פאַר נויטיק אין דעם ערשטן מאָל זעהן זיך מיט אייך, צו מבאר זיין בכלל די כוונה פון התיסדות "תומכיתמימים" — איך וועל איבערזאָגן דברי הרב ממש.
דזונטאָג ט"ו אלול תרנ"ז, האָט דער טאַטע (אאמו"ר) אַריין גערופן עטלעכע חסידישע בע"ב3 (דאָס איז געוועזן בזמן חתונתי4) וועגן אַ התיסדות פון אַ ישיבה, האָט ער געזאָגט:
הדי התיסדות הישיבה איז ניט נאָר צוליב תורה, קיין תורה פעלט ניט ב"ה, עס איז דאָ אַ סאך ישיבות5, און בכלל אין דעם געגענט פעלט ניט קיין תורה, נאָר די כוונה איז להאיר אור, מ'זאָל לערנען נגלה און לערנען חסידות, און דאָס זאָל זיין אויסגעקאָכט צוזאַמען6, מ'זאָל האָבן מיט וואָס צו גיין אין מאַרק, איך מיין ניט למעט בדמות שאר הישיבות, נאָר אין דער התיסדות איז די כוונה להאיר אור.
וובעוד פעם שפּעטער אמר אאמו"ר: די פנימי' פון ברכת התורה איז ווי ס'שטייט ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו, תורה זאָל מאיר זיין אין עולם און מאַכען פון עולם — תורה, מאיר זיין אין עולם און מאַכען פון עולם — אלקות.
זדי "תמימים" אין רוסלאנד וואָס זיינען זינט התיסדות "תומכיתמימים" שוין עטלעכע און דרייסיג יאָר, זעהט מען יעצט זייערע כחות אין תוקף מס"נ על התורה, הגם אַז מ'הויבט זיך אָן דערמאָנען אויף זייער מצב דוחק ולחץ הן בכותלי ביהמד"ר און הן בכלל אין רוסלאַנד איז זייער מצב מחריב די האַרץ, אָבער דאָס איז דאָך אַלץ אַז מ'שטייט למטה אויף דער ערד. אָבער אַז מ'הויבט זיך אויף אַ טפח העכער*6 זעט מען אַז מצד די כוונה פון ירידת הנשמה בגוף און ירידת התורה אין בריאת העולמות בכלל — איז זייער תוקף במס"נ אַ ענין גדול.
חכאָטש זייערע יסורים איז דאָך זייער שווער צו טראָגן, זייער מיעוט חלבודם, ניט קיין געגעסענע ניט קיין אויסגעשלאָפענע, אָבער דאָס אַלץ איז אַז מ'איז אויף דער ערד, אָבער אַז מ'הויבט זיך אויף אַ טפח העכער, איז זייער מס"נ אַ ענין גדול מאד.
טזייערע כחות אין תוקף מס"נ בתלמידי תלמידיהם, אַז קינדער פון 1210 יאָר גייען בשמחה לבית האסורים פאַר לערנען און מ'איז זיי מייסר בכמה ענינים זיי זאָלן זאָגן ווער האָט מיט זיי געלערנט, זאָגן זיי: בשום אופן ניט. כאָטש שטעך זיי און טו זיי כל מיני יסורים ר"ל, דאָך זאָגן זיי ניט7.
י"תורת אמת" איז דאָך אַ המשכה און סניף פון "תומכיתמימים"8, לכן איז די תלמידים שהיו בתחלת ההתיסדות ועליהם נתוספו עוד הרבה כן ירבו, אַז מ'זאָל ווינטשן דעם תוקף פון מס"נ דאַרף מען ניט, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דער דוחק ולחץ זאָל אַראָפּגיין און ס'זאָל ניט זיין קיין מניעות ועיכובים אויף תורה ומצות, וואָס מניעות ועיכובים האָט יעדערער, ניט נאָר אין רוסלאַנד. אין גלות איז דער גאַנצער כדור הארץ. עס איז דאָ נסיונות מניעות ועיכובים און מ'דאַרף דאָס דורכגיין, וואָס דער כללות עוה"ז "והיו ימיו מאה ועשרים"9, איז נאָר אַ דורכגאַנג, נאָר מ'דאַרף וויסן אַז די כוונה איז להאיר אור בעולם און מאַכן פון עולם — תורה.
יאאון אַזוי ווי איך בין דער מנהל כללי פון אַלע ישיבות10 און ווי דער טאַטע (אאמו"ר) האָט מיר איבער געגעבן בחייו בעלמא דין ובחייו בעולם העליון, איז ער דורך מיר אייך מצוה ומזהיר, אַז איך קאָן נאָר פירן ישיבות שענינן הוא להאיר אור, און ווייל אויף "תורת אמת" איז דאָך דער אור מקיף און אור זכות נשיאינו — זאָל דאָס אייך געבן כחות להאיר אור בעולם.
יבבאמת האָט מען געדאַרפט פאַרברענגען בפרטיות, נאָר מסתמא פאַרברענגט דאָך דער משפיע ומנהל ר' אלטער11 לעתים תכופות, במילא איז דאָך די יסודות הענינים ידוע, און מיר זיינען דאָך מוגבל בזמן דאַרף מען ריידען חסידות און פון די ווערטער זאָל בלייבן אַ רשימה ביי מיר און ביי אייך.
יגהגם שעפ"י מה שמסר לי המשפיע אַז מ'לערנט חסידות און ס'איז פאַראַן אַזעלכע וואָס זיינען שייכות צו עבודת התפלה, וואָס תפלה מיינט מען ניט נאָר אַרויס פון דער שלילה פון ניט דאַוונען, נאָר עבודה שבלב זו תפלה, דאָך דאַרף מען זאָגן אַז די כוונה איז להאיר אור בעולם, ניט אַז דער עולם זאָל פאַרשלעפּן נאָר מאַכן פון עולם — תורה.
יד[אחרי השיחה אמר מאמר דא"ח ד"ה אתה הראת לדעת כו'12.
טולפני שיצא מאולם הישיבה ביקש כ"ק אדמו"ר שכל תלמידי הישיבה יתאספו סביבו, ואמר:]
טזזייט אַלע געזונט, איך פאָר אַוועק, נאָר מ'גייט ניט פאַנאַנדער, דער מקום איז ניט תופס מקום ממילא גייען מיר זיך ניט פאַנאַנדער, אחד מכם יהי' לרבבה להאיר אור.
יזדער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דער כח פון נשיאינו וואָס ער גיט אונז דעם כח אין עבודה אלקית בלימוד ועבודה שבלב, זאָל אייך העלפן אַז ס'זאָל זיין "וידגו לרב בקרב הארץ"13, אַז ס'זאָל זיין "ותורה אור"14.
יחזייט געזונט, אַ גוטע נאַכט.