Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5706·Friday Night Parshas Vayeira·20 Cheshvan 5706·at the Mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ו·ליל ש"ק פ' וירא·כ' מר­חשון תש"ו בסעודה

אליל ש"ק פ' וירא, כ' מר­חשון תש"ו בסעודה
א. כשאמי זקנתי הרבנית רבקה1 הרתה עם כ"ק אאמו"ר נ"ע2 היתה חלושה, ולפני שנתיים3 ילדה את הרז"א4, ולפני שנה5 ילדה6 את ר' סענדער7 שנסתלק בן חמשה­שמונה שנים8. — נכנס כ"ק המהר"ש אל הצ"צ וסיפר לו אודות חולשתה. וציוה הצ"צ שתיכנס אליו, ונכנסה ואמר לה: מז"ט, עס וועט זיין אַ געזונטער קינד. ונתן לה סדר איך שתתנהג בימי עיבורה, וגם צוה להעלים את זה ככל האפשר9. ואח"כ אמר להמהר"ש: עס וועט זיין אַ אינגל, אָבער זאָלסט קיינעם ניט אויסזאָגן.
בפ' נח*9 האָבן זיך אָנגעהויבען וויי­טאָגן, ונכנסה חמותה הרבנית מוסיא10 להצ"צ וסיפרה לו, ואמר: נח איז נישט קיין צייט, ס'איז אַ דוכט. ש"ק לך לך, אמר מאמר11 המדבר אודות חילוק שבין אברהם ובין יצחק, אברהם הי' הת­עוררות על ההמשכה וע"י יצחק נמשכה אור הגילוי גם בעולמות. אח"כ אמר: איך האָב זיך מחי' גיווען, בעסער וואָלט געווען אברהם אָבער דאָס איז שוין אויך גוט, עס וועט זיין אַ געזונטער קינד אָבער דער ברית וועט נישט זיין בזמנו12.
ג(שאלה: אם נולד בשבת, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א) ניין, אין מיט'ן וואָך13.
דב. אאמו"ר נ"ע לא הי' בוכה הרבה, און ער פלעגט שמייכלען, ווען ער פלעגט זען ליכטיקייט פלעגט ער לאַכען און שמייכלען. וסיפרה זאת הרבנית רבקה לאדמו"ר מוהר"ש ואמרה: ער איז אַ גע­באָרענער חסיד, אַ ביטול'דיגער. וסיפר מהר"ש לאדמו"ר הצ"צ, ואמר: איר מאַכט אַ טעות, ער איז נישט קיין געבאָרענער חסיד, ער איז אַ געבאָרענער רבי14.
הכשהי' בן שלש או ארבע, שאל פעם את אחותו דבורה לאה15 איזה ברכה לעשות על איזה מאכל, ואח"כ נודע לו שהי' טעות, ובכה ואמר כי ישאל את אביו תיקון על זאת, וצחקה אחותו ואמרה עס איז אַ קלייניקייט, ואמר: ס'איז שוין גאָר ניט קיין קלייניקייט16, ומאז לא דיבר עמה.
וג. כ"ק אאמו"ר נ"ע האָט ניט גיהאַל­טען פון לימוד ריבוי חסידות נאָר אפי' ווינציג נאָר דורכגעאַרבעט17, דאַוונען מיט דעם. די הזלה מלמעלה, איז אַ טראָ­פּען מלמעלה מער ווי אַ עמער מלמטה.
זהי' איש ממיקולענע שהי' מאריך בתפלתו בכ"י אפילו ביום א' וד' שהיו ימי השוק. ואמר עליו כ"ק אאמו"ר נ"ע: מלאכים זיינען מקנא זיין דאַוונען, ספי­רות עליונות האָבען ניט אַזאַ ליכטיקייט ווי עס ווערט פון זיין דאַוונען ווען עס איז עולה למעלה.
חפ"א שאל הרי"מ מפּאָלטאַווע18: ווי קומט מען צום אמת אין דאַוונען. וענה כ"ק אאמו"ר נ"ע: ווי קומט מען נישט צו צום אמת אין דאַוונען, אַז מען דאַווענט קומט מען צום אמת, אַז מען קומט נישט צום אמת איז אַ סימן אַז מען דאַווענט נישט.
טד. כ"ק אאמו"ר נ"ע איז געווען אַ צובראָכענער. ער איז געווען אַ צובראָ­כענער אין אינעווייניג, און פון אויס­ווייניג פלעגט מען נישט דערקענען. ער פלעגט וועלען אַז מען זאָל נישט מכיר זיין די צובראָכענקייט פון אויסווייניג19.
יה. כ"ק אאמו"ר נ"ע פלעגט מייקר זיין יענעם בהפלאה. און פּונקט אַזוי בהפלאה פון זיך מאָנען, אַזוי ווי איינער וואָס האָט נאָך גאָר ניט אָנגעהויבען.
יאכ"ק אאמו"ר נ"ע האָט באַ זיך גע­מאָנט אויף דעם וואָס ער האָט טוב טעם אין הבנה והשגה און האָט נישט טוב טעם אין הרגש.
יבכ"ק אאמו"ר נ"ע האָט מייקר גיווען חסידות און מחבב געווען אַ חסיד.
יגמען דאַרף וויסען וואו מען האַלט, אַמאָל האָט מען געוואוסט וואו מען האַלט און וואו מען דאַרף האַלטען, פון וועלכע סטאַנציע איז מען אַוועקגע­פאָרען און צו וועלכע סטאַנציע מען פאָרט.
ידו. שאל הרמ"ש שיחי': האם כ"ק אאמו"ר נ"ע התראה עם הרביים מפולין, והאם דיבר עמהם בדברי חסידות וקבלה?
טומענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: ער האָט זיך מיט זיי געזען אָבער ניט מאריך גיווען אין די ענינים.
טזז. אמר: מען דאַרף מאָרגען פאַר­בריינגען. מען רופט דאָך אים רבי און מ'לערענט זיינע חסידות, איז נישט קיין בזיון פאַר אים אַז מען איז זיך מתייחס צו אים. אַז מ'וועט פאַרבריינגען קומט אַרונטער, עס קומט אַרונטער בפועל.
יזח. פעם אחד שמעתי מכ"ק אאמו"ר נ"ע אַז דורך צובראָכענקייט קומט מען צו גאָרנישט, ופעם שמעתי דורך צו­בראָכענקייט קען מען צוקומען צו אַלץ.
יחט. איין זאַך געפּועל'ט: הרבי20 תבע שלא יהי' כ"כ הבנה רק ההרגש, ופעל על אחד. ויש לפרש שעל הרגש פעל ועל ההבנה שלא יהי' כ"כ לא פעל וד"ל.