Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5706· Purim 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ו· פורים תש"ו
אפורים תש"ו
א. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען קיין וויטעבסק האָט מען אים שוין געהאַלטן פאַר אַ גאון, עס איז ידוע אַז צו 13 יאָר איז שוין דער רבי געוועזן אַ גאון1.
א. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען קיין וויטעבסק האָט מען אים שוין געהאַלטן פאַר אַ גאון, עס איז ידוע אַז צו 13 יאָר איז שוין דער רבי געוועזן אַ גאון1.
בווען זיין פאָטער ר' ברוך איז מיט אים געקומען משדך זיין אים אין וויטעפסק — האָבן די גאוני וויטעבסק שוין געוואוסט פון זיין גאונות. ביז 17 יאָר האָט זיך דער אַלטער רבי ניט מגלה געווען. און בערך צום 18'טען יאָהר האָט ער שוין געהאַט חברים, וואָס ער האָט מיט זיי געלערנט, אַזוי אַז מען האָט שוין געוואוסט פון זיינע גאונות2.
גווען ער איז אַלט געוואָרן אַכצן יאָהר האָט ער אָנגעהויבן זוכן שלימות, האָט אים דאַן דער פעטער מהרי"ל3 געזאָגט: לערנען קענסטו אַביסל אָבער חסידות ווייסטו גאָרניט (כידוע אַז אביו ר' ברוך ודודו הרב יוסף יצחק האָבען פון אים מעלים גיווען4. כידוע אַז דאַן האָט מען שוין געוואוסט פון חסידות, נאָר עס איז געווען בסתר, כידוע פון די צדיקים נסתרים — אויך דער פעטער הרב ר' יוסף יצחק ואביו ר' ברוך היו מהנסתרים5), איז דאַן דער רבי אַוועק קיין מעזריטש6.
דצוריק קומענדיק פון מעזריטש, האָט מען אים געפרעגט וואָס האָט ער גענומען אין מעזריטש7. האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אַז אין מעזריטש האָט ער גענומען אַ נייעם דרך8, אַז מ'דאַרף וויסן אַז מען איז אַן עם הארץ, אַן עם הארץ איז אַ גרויסע מדריגה9, אַן עם הארץ טוט יעדער זאַך מיט אַ פשיטות ניט וויסענדיק קיין טעם וסברא פאַרוואָס עס דאַרף אַזוי זיין, און10 פון די פשיטות קומט מען צו צו תמימות.
האויך האָט ער גענומען אין מעזריטש דעם ענין פון ניגון. וואָס אַ ניגון איז אויף אַרויסגיין פון וואַנען מען איז, און צוקומען דאָרט וואו מען דאַרף זיין11.
וב. דעם ערשטען פורים וואָס דער רבי איז געווען אין מעזריטש, איז ווען ער איז צוריקגעקומען האָט ער שוין געהאַט אַרום זיך יונגעלייט לומדים מופלגים. האָבען זיי ביי אים געפרעגט וואָס ער האָט דאָרט געהערט, ואמר להם12: דער רבי13 האָט אונז מבאר געוועזען דעם "ידע", און מען איז צוגעקומען צו דעם "לא ידע"14, און דורך דעם "לא ידע" איז מען צוגקומען צו דעם אמת'ן "ידע"15.
ז(והתחיל ואמר:) מיר חסידי חב"ד זיינען ב"ה היינט אויף אַ גוטען שטאַנד, אָבער עס פעלט נאָך אַ סאַך. אַמאָליגע חסידים זייינען געווען פאַראיינציגט מיט די חסידות וואָס זיי האָבן געלערנט, זיי זיינען געווען איין זאַך. זיי האָבען קיין סאַך נישט געלערנט, ווינציגער פאַרשטאַנען; בלויז יחידים זיינען געווען קלאָר אין אַפולע חסידות ובריבוי השכלה, אבל רובם של החסידים האָבען נישט געוואוסט קיין סאַך חסידות, אָבער דאָס וואָס זיי האָבען געלערנט איז געווען איין זאַך מיט זיי, נישט קיין צוויי זאַכן16.
חמען איז געפאָרן צום רבי'ן איינמאָל אין יאָר, איינמאָל אין צוויי יאָר, איינמאָל אין דריי יאָר; מען האָט געהערט פון רבי'ן אַ וואָרט — האָט מען מיט דעם וואָרט געלעבט, ער איז מיט דער חסידות געווען איין זאַך. אין גאַס, אין קראָם, ביים עסען, ער האָט געלעבט מיט דעם.
טאָבער היינט מען פאַרשטייט אַ סאַך מער, מ'לערנט חסידות, אָבער דער חסידות לערנט אים גאָר ניט — ער מיט די חסידות זיינען צוויי זאַכן. עס קומט צום דאַוונען זשאַלעוועט ער ניט קיין קנאַק מיט'ן פינגער17, אַ קלאַפּ אין טיש — אָבער עס איז לא נגע ולא פגע18. און מ'דאַרף וויסן אַז דאָס איז היפך הכוונה.
יג. זייענדיק אויף יחידות בשנת תרנ"ח, האָט מיר דער טאַטע דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון זיידען בשם הצ"צ, אַז די עבודה פון אַלטען רבי'ן איז געווען אויף מגלה זיין ביי יעדען דעם חב"ד שבנשמה. אַז עס איז אַריינגעקומען צו איהם אויף יחידות אַ פשוטער איד, האָט ער איהם אַ סמאָליע (כן הי' הלשון של כ"ק אדמו"ר מהר"ש נ"ע) געטאָן מיט זיין חב"ד שבנשמה.
יאדער אַלטער רבי צוריק קומענדיג פון מעזריטש19 קיין וויטעבסק, וועלענדיג נעמען די לומדישע יונגעלייט, האָט ער פאַר זיי געזונגען אַ ניגון. כידוע אַז דער אַלטער רבי האָט געהאַט צען ניגונים20, און מיט דעם ניגון וואָס ער האָט פאַר זיי געזונגען זיינען זיי געקומען צו דביקות און זיינען אויסגעגאַנגען אַזוי ווי אַ ליכט, און דאַן האָט ביי זיי מאיר געווען דער אור התורה, און עס איז ביי זיי פאַרענטפערט געוואָרען אַלע שאלות וקושיות. ולאח"ז בהמשך הזמן זיינען זיי אינמיטן איינגעשלאָפען געוואָרען.
יבאון דאָס קען נאָר מאַכן אַ רבי, וואָס ער איז אַ עצמי21. אַ עצמי קען מאַכן, מאיר זיין דעם חב"ד שבנשמה.
יגוכמעשה הידוע22 מר' אייזיק23 עם הצ"צ במאמר על שלשה דברים העולם עומד שאמר הצ"צ בתחלת קבלת הנשיאות, אותו המאמר ששמע מאדמו"ר הזקן בהיותו ילד, כידוע24 שהלך אַז הצ"צ לבקר את הר' אייזיל, ויהב לי' ידי' ואוקמי'25, ואמר לו אז הפי' ע"ז בקבלה26. ואמר אַז אח"כ ר' אייזיק: 50 יאָהר אַז איך האָרעווע אין חסידות, און איך בין נאָך ניט צוגעקומען אפי' כאצבע קטנה; באַ אונז איז אורות געשאָנקענע און כלים ניט קיין אויסגעאַרבעטע, און באַ אים איז אורות עצמיים און כלים אויסגעאַרבעטע.
ידד. כידוע איז ר' אייזיק געווען אַ גרויסער גאון, און זיין גאונות האָט גע'שם'ט ניט נאָר אין וויטעבסק און אין מינסק, נאָר מ'האָט אויך געזאָגט זיין תורה אין ווילנא. און ווען ער איז דאָס ערשטע מאָל צוריק געקומען פון ליאָזנא האָט מען ביי אים געפרעגט: וואָס האָסטו דאָרט געהערט, תורה האָסטו דאָך אַ סאַך. והשיב להם: געהערט האָב איך ווינציק נאָר געזען האָב איך אַ פולע, איך האָב געזען דעם אור התורה, די גילויים ווי עס איז געווען אין ביהמ"ק27. ושאלו אותו: ווי אַזוי קען מען דאָס זען דעם אור התורה, והשיב להם: אין זוהר28 שטייט עס איז פאַראַן עינין סתימין ואזנין אטומים29 דערפאַר זעט מען ניט און מען הערט ניט, אַז מ'האָט ניט קיין בלינדע אויגן און מ'האָט ניט קיין טויבע אויערן — קען מען הערן און זען כעין האור בבית המקדש.
טו(ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אויף זאָגען דעם וואָרט דאַרף מען זיין אַ ר' אייזיל. און מיר ווינטשן זיך היינט: הלוואי זאָלן מיר חאָטש נאָכזאָגן אַ וואָרט פון אַ אַלטען חסיד מיט אַ פנימיות און מיט אַ דערהער וואָס האַלטן דערביי ווייס נאָר דער אויבערשטער אַליין. וואָס באמת האָבען מיר גאָרניט און מיר זיינען גאָרניט, מען באַנוגענט זיך מיט דעם וואָס עס איז דאָ. אַ קבצן פרייט זיך ווען אַ גביר גיט איהם שלום עליכם.
טזאַמאָל פלעגט מען זאָגען אַ וואָרט אויף די וואָס זאָגען תורה און טוען ניט אין עבודה, פאַרוואָס ביזטו מגנה תורה, עס איז תורה טהורה בכלי מאוסה, עס דאַרף זיין ווי דער טאַטע זאָגט: "טאָפּאָראַ דאָ פּלאַחאַ"30.
יזה. דער רבי זייענדיק אין פּעטערבורג אין פּעטעראָפּאָוואַלסקי קרעפּאָסט, זיינען געקומען צו אים דער בעש"ט און דער מגיד איהם מבקר זיין און מחזק זיין31. האָט דער רבי זיי געזאָגט32: איך דאַרף ניט קיין חיזוק ווייל איך האָב אויף זיך גענומען מסירת הגוף33, נאָר מיט מיין מסירת הנפש וויל איך אויס'פּועל'ן אַז די אַלע וואָס וועלן גיין אין דעם דרך זאָלן מצליח זיין34, און דער דרך זאָל האָבן הצלחה ביז ביאת המשיח, און אויף דעם דאַרף איך האָבן חיזוק; און זיי האָבן אים צוגעזאָגט. און ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט, אַז איך האָב פון זיי אויף דעם בטוחות, נאָר איך האָב אַ בקשה אַז מיט די מנגדים זאָל מען זיך כלל ניט מתווכח זיין, און ניט מתפאר זיין זיך.
יחוהתחיל לדבר כ"ק אדמו"ר שליט"א, שכמו"כ צריכים להתנהג: מ'דאַרף זיך מיט די מנגדים כלל ניט מתווכח זיין; מ'דאַרף זיך פירען אַזוי אַז מ'זאָל זעהן דעם דרך הטוב. אויב יענער לאָזט זיך — דאַרף מען טאָן אַ אידען אַ טובה. און אויב ער איז אַ שוטה אַ טיפש, און במילא שוין אויך דאָס וואָס עס שטייט ווייטער35 (רשע וגס הרוח), דאַרף מען ניט. מיט אַ שוטה אַ פתי איז אפילו לאחר ק"כ שנה אין ג"ע אויך ניט באַקוועם צו זיין צוזאַמען.
יטאין אַ עת צרה, ר"ל, שרייט מען דאָך: טאַטע! זיידע! מען דאַרף זיך מכין זיין אויף זאָגען דעם אַלטען רבי'נס ניגון, און מען דאַרף זיך מצייר זיין ווי מען איז אין האַדיטש אויפן אהל און מען קלאַפּט אָן אין טיר און מ'זאָגט: רבי!36
כו. איך וויל ריידען צו די תלמידי התמימים ובפרט צו די תלמידים וואָס לערנען מיט אַנדערע. מ'וואָלט באַדאַרפען ריידען אין דעם בארוכה, נאָר מ'וועט ריידען דברים קצרים.
כאאַלע ענינים הן אין תורה הן אין יראת שמים הן אין הדרכה, דאַרפען זיין מיט אַ פנימיות, אָן רעש, אָן אַליאַרעם, אָן דעם "אַהאַ". דאָס ערשטע דאַרף מען טאָן מיט זיך אַליין — מען זאָל זיך אַליין מתקן זיין37; און דאָס וואָס מען וויל מתקן זיין באַ דעם תלמיד זאָל זיין אָן רעש. אפילו די קינדער וואָס קענען ניט עסען אין די היימען — זאָלען זיי ניט עסען, אָבער אָן דעם "אַהאַ", ניט מעיז זיין אביו ואמו. איר תלמידי התמימים ווייסט גאָרניט וואָס מען ערוואַרט נאָך צו זען דורך אייך — מען שטעלט אויף אייך אויס אַ גרויסען צעטעלע — איר מוזט אַלעס טאָן מיט אַ פנימיות, וועט דער אויבער שטער אייך העלפען איר וועט האָבען הצלחה אין אייער אַרבעט.
כבדער אויבערשטער זאָל דערפרייען אַלע צו?ראָכענע הערצער. דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דאָס זאָל זיין דער לעצטער פורים אין גלות, און אַלע אידען זאָלען זיין אין ארץ ישראל ווי מ'דאַרף זיין, און עס זאָל זיין חי — געלעבט.