Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5707· Night Before Yom Kippur 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ז· אור לערב יוהכ"פ תש"ז
אאור לערב יוהכ"פ תש"ז
האַלב1 צוויי פאַרטאָג פלעגט דער טאַטע אויפשטיין, לערנען קבלה (סידור, ע"ח, פע"ח) ביז כפרות. נאָך כפרות, הכנות צום דאַוונען און דאַוונען. צוועלף אַזייגער פלעגט ער שוין אָנהויבען די הכנות צו מנחה2. אינדערפרי עיוהכ"פ געווען פרייליך3. נאָך פאַרפאַסטען זיך, גיין בענטשן זיך צו דער מוטער4. גיין אין וואַסער, געווען צייטען אַז 3 מאָל5: פאַרן דאַוונען, פאַר מנחה און בייטאָג.

בדעם ערשטען עיוהכ"פ נאָך מיין חתונה האָב איך אַביסעל מאריך געווען בתפלה, געהאַט מוצאי יוהכ"פ אַ חלק דערפאַר6, פשוט געוויינט: אַ מציאות, זמורתא תהא7 א. ז. וו.
גצו כל נדרי האָט זיך געפילט אַ עילוי, ערענסט אָבער אַן בכיות2. אַמאָל געדאַווענט חיים זלמנזאָהן8 צו כל נדרי, דער עולם געשמייכעלט, אָבער צו יעלה פשוט געלאַכט.
דדער טאַטע פלעגט עולה לתורה זיין צו מנחה — מפטיר יונה9.
המוצאי יוהכ"פ פלעגט דער טאַטע אַריינגיין צו דער מוטער4 אָנגיסען איר אַ גלאָז טיי10. זי פלעגט דערציילען וואָס זי געדיינקט אַלס קינד פון צמח צדק: מוצאי יוהכ"פ איז געווען אַ עת חדוה, עס פלעגן קומען צו אים אַלע בניבית. דערנאָך פלעגט אַריינגיין דער זיידע (מוהר"ש) און ער פלעגט לערנען מיט אים אַ שיעור קבלה11 ביז איינס אַזייגער (על שאלת רמ"ש שיחי' האם הי' לימודם בענייני יוהכ"פ וסוכות, השיב: עד"ז לא שמעתי). און אַזוי האָט דער צמח צדק געהאַט [אַזאַ סדר (לימוד הקבלה במוצאי יוהכ"פ)] מיט זיין זיידען (אדמו"ר הזקן). אַמאָל פלעגט ער אַריינגיין מיט אדמו"ר האמצעי, און אדמו"ר האמצעי פלעגט מאַכען אַ הנחה. פלעגט זיין אַ "פאַרפלייצעניש"12, ניט דברים כהווייתן, אָבער "אַלץ מיט חיים" (דברי הצ"צ). און דעם סדר (לימוד הקבלה במוצאי יוהכ"פ) האָט איבערגעגעבען הרב המגיד ממעזריטש לאדמו"ר הזקן בשם הבעש"ט.