Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·Tuesday·3 Elul 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·יום ג'·ג' אלול תש"ז

איום ג', ג' אלול תש"ז1
עס איז געווען אַמאָל אַ שטאַרקער פאַרבריינגען נאָך מיין בר מצוה, אין די יאָרן תרנ"ד או תרנ"ה, יעמאָלט האָט זיך גערעט אַז תכלית העבודה איז אויסמושטירן זיך. אַ סאָלדאַט אַז ער אַרבעט זיך אַרויף און ער ווערט אַ גענעראַל, איז תכלית המעלה פון אַ גענעראַל איז אַז ער איז אַ סאָלדאַט, אַז ער פילט ניט די מעלת הכבוד והדומה, נאָר דער תכלית איז אַז ער איז יעמאָלט אַ סאָלדאַט.
בדער תכלית פון עבודה איז פועל, דער תכלית פון השכלה איז עבודה, און תכלית פון עבודה איז מעשה.
גגשמיות איז מרמז אויף עצמות. נאָך די הפלאה פון אצילות ולמעלה מאצילות — איז גשמיות מרמז אויף עצמות2. דערפאַר דאַרף מען מייקר זיין גשמיות. איז אָבער דוקא גשמיות און ניט קיין חומריות.
דוואָס דאָס איז אַזוי אין יעדער זאַך. אַ בעל עסק איז זיין תכלית פרנסה, דער תכלית פון פרנסה איז צוליב אַ ענין רוחני, ניט קיין חומריות, יעמאָלט איז די גשמיות רוחניות.
ההיינט איז דאָך אלול, גיט אָפּ אַ געריס צו אנ"ש מיט אַ ברכה אַ כתיבה וחתימה טובה בגשמיות וברוחניות. די וואָס דאַרפן האָבן אַ רפואה זאָל זיי השי"ת העלפן מיט אַ רפו"ש, און אַ התעוררות פנימי.
ואיר פאָרט דאָך — פאָרט געזונט, און זייט געזונט און קומט געזונט.