Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·Sicha from Shabbos night Noach·on Rosh Chodesh Mar-Cheshvan·5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·משיחת ליל ש"ק נח·בדר"ח מר­חשון·תש"ז

אמשיחת ליל ש"ק נח, בדר"ח מר­חשון, תש"ז
א. שבת פ' נח רנ"ג האָט כ"ק אאמו"ר נ"ע פאַרבראַכט — בכלל איז ידוע אַז עס איז געווען שינויים אין די פאַרבריינגעניש, די פריערדיקע יאָרען איז געווען אריכות'דיקע פאַרבריינגען — האָט ער דאַמאָלסט געזאָגט: מען דאַרף לעבען מיט די סדרה פון דער וואָך1.
בכ"ק אאמו"ר נ"ע פלעגט יעדען פריי­טאָג פאַרנאַכט גיין לאמו הרבנית2 זאָגען אַז עס איז די צייט בענטשען ליכט, און ער פלעגט טרייסלען די קעשענעס. איינמאָל איז געווען פאַרנייט איין קעשענע, האָט ער געזאָגט: גענוג אַז מען ליידט פון די השכלה אין גליא שבתורה און פון השכלה אין פנימיות התורה, דאַרף מען אויך ליידען פון שניידערס השכלות.
גביי יענעם פאַרבריינגען רנ"ג האָט כ"ק אאמו"ר נ"ע געזאָגט: ביי נח שטייט3 "ונח מצא חן בעיני ה'", נח איז געווען ע"ד ווי אַ פרומער מתנגד. אַ מתנגד האָט 2 זייטען אַ רעכטע און אַ לינקע, אין די רעכטע זייט איז ער אַ יר"ש און פון די לינקע זייט איז ער אַ. .., נישט ח"ו אַ. .. בדעות, נאָר ער דערהערט די מעלה פון אויבערשטען ב"ה וואָס ער האָט עם באַשאַפען. דאָס איז "ונח מצא חן", נח האָט געוואוסט אַז "מצא חן", און פאַרוואָס ער איז "מצא חן"4.
דב. מען דאַרף דאַוונען. דאַוונען מיט השכלה — נו, טראַכטען אַ ענין אינמיטן דאַוונען — נו.
ההגם שכל איז מגלה מדות, אָבער שכל קילט אויך אָפּ מדות.
ומען דאַרף מאַטערען דעם מוח 2 שעה פאַר דעם דאַוונען, דורך דעם ווערט התעוררות הלב, עס ווערט נתגלה די פּינטל האַרץ, און נאָך מיט אַ ניגון.
זג. אאמו"ר נ"ע והרז"א האָבען געלערנט ביי שלום מקאַדין5, אאמו"ר נ"ע הי' מאריך בתפלה פלעגט ער אָנהויבען פריער דאַוונען. דער מלמד האָט זיך פאַרקלאָגט פאַר אמו הרבנית נ"ע2 אַז נאָכן דאַוונען בלייבט ער אָן כחות, און בשעת לערנען איז דער עיקר רצון זיינער ניט אַזוי אַפן לערנען ווי אויף מקיים זיין וואָס ער לערענט.
חהרבנית האָט דאָס דערציילט אדמו"ר מוהר"ש נ"ע, האָט ער געזאָגט: מען וועט זען.
טאיינמאָל אין אַ וואָכען­טאָג ווען אאמו"ר נ"ע האָט געהאַלטן אין מיטן דאַוונען מיט'ן טלית איבערן קאָפּ און מיט אַ ניגון, האָט אדמו"ר מוהר"ש אויפגעהויבן דעם טלית, זיינען די אויגען געווען ביי אים פאַרגלאַנצט, און פון רוב דביקות האָט אאמו"ר די גאַנצע זאַך ניט מרגיש געווען6.
יהאָט געזאָגט אדמו"ר מוהר"ש להרבנית: נו, קען מען האָבען אַ האַרץ אים נישט הייסן, ער מצד כיבוד אב וועט ער דאָך פאָלגען, ס'איז דאָך אַ דאָפּעלטער רחמנות: אַ רחמנות ביי אים דאָס אַוועקנעמען, און צווייטענס אַ רחמנות אויפ'ן אויבערשטען צונעמען דעם נחת רוח וואָס מען האָט פון דעם למעלה7. כאשר היתה מספרת זאת להרבי שליט"א אודות זה הסיפור, היו דמעות נוצצות בעיני'.
יאד. אדמו"ר מוהר"ש האָט געזאָגט לבן אחיו ר' אברהם קישינעווער8 אויף אאמו"ר נ"ע אַז ער שלאָפט מיט'ן ראַנעץ.
יבאַ סאָלדאַט טראָגט אַ ראַנעץ, דאָס איז דער ענין פון קבלת עול. און שלאָפען אין ראַנעץ, דאָס איז דער תענוג און חיות אין קבלת עול.
יגעל הרז"א אמר מהר"ש: רז"א איז דער ענין פון רזא9. ער איז אַ בעל סוד, אַז ער אַליין ווייסט ניט אַז ער האָט אַ סוד.
ידער איז אַ בעל מדות טובות, נאָר ס'איז ביי אים נישט קיין געהאָרעוועטע. אָבער עם, אאמו"ר נ"ע, קומט אַלץ אַן שווער — מען שטעלט אים נסיונות.
טוה. אצל אדמו"ר מהר"ש בש"ק, איז געווען איינער פון די קינדער אאמו"ר נ"ע או הרז"א, צום טיש10 — מער איז דאָס געווען בליל ש"ק, וואָרום שבת ביי טאָג איז מען דאָך פאַרמאַטערט פון דאַוונען, מען דאַרף ניט איילען — און דער דריטער צום מזומן איז געווען בן ציון דער משרת11, והי' מברך על הכוס12,
טז— (גם כ"ק אדמו"ר שליט"א בירך על הכוס אף שלא היו רק ג', וכן צוה לברך על הכוס גם בסעודת היום) —
יזאאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט אַז דאַ­מאָלסט איז ביי אונז געווען דער ענין: משם היו שואבים13. ווי אַזוי עס איז ביי דעם ברודער ווייס איך ניט, נאָר ביי מיר איז דאָס געווען משם היו שואבים14.
יחו. אצל אאמו"ר נ"ע הי' ענינים שנהג בזה אך בהיותו בליובאַוויטש, ווי די קייליכדיגע היטל15, אין אויסלאַנד ניט. אויך אויף דאַטשע פלעגט ער טראָגען אַ זיידענע היטל16.
יטשאלה: צי ער פלעגט טראָגען מוצש"ק די זיידענע קאַפּאָטע? תשובה: ער האָט געטראָגען אָבער אַ אַנדערע ניט די פון שבת, וכן במוציו"ט, גם בחוה"מ האָט ער געטראָגן אַ זיידענע קאַפּאָטע.