Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5707· Erev Yom Kippur 5707 in the Morningספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ז· ערב יוהכ"פ תש"ז בבוקר
אערב יוהכ"פ תש"ז בבוקר
אדמו"ר הזקן לא הי' שבע רצון מאותיות מלופפות1 בס"ת וכה"ג, אמר: פשוטים איז כולל אַלץ, די כוונה איז דאָך דערגיין צו העכער פון כוונה, מלופפות אָבער הערט זיך עילוי.
אדמו"ר הזקן לא הי' שבע רצון מאותיות מלופפות1 בס"ת וכה"ג, אמר: פשוטים איז כולל אַלץ, די כוונה איז דאָך דערגיין צו העכער פון כוונה, מלופפות אָבער הערט זיך עילוי.
בסיפר אדמו"ר הזקן לבניו ולהצ"צ ששמע מהרב המגיד בשם הבעש"ט: די פשיטות פון אַ אידן אין עיוהכ"פ ויוהכ"פ אַז דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן, איז אַ כלי צו פשיטות העצמות2.
גדער רבי (אדמו"ר הזקן) איז, בכלל, ניט געווען שייכות צו די ענינים, אָבער קומענדיג פון מעזריטש3 האָט ער דערציילט בשם הרב המגיד אַז דער בעש"ט פלעגט מאַכן אַ סעודה עיוהכ"פ רעדן אין איר במעלת ישראל, אָבער מאַכן גיך, און (הבעש"ט) האָט געזאָגט4 אַז טיילען לקח איז אַ מנהג עתיק. דער נוסח פון בעש"ט אָן איז: איך גיב דיר לעקאַח און דער אויבערשטער זאָל דיר געבען אַ חתימה וגמ"ח טובה. דער טאַטע פלעגט אויך זאָגן: אַ זיסען יאָר5.