Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·4 Tishrei 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·ד' תשרי תש"ח

אד' תשרי תש"ח1
כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך גע­לערנט האָבען מסירת נפש פאַר ישיבות תומכי-תמימים, איך גיב זיך אינגאַנצען אַוועק לטובת הישיבות תומכי-תמימים.
ב* * *
גאיינער פון מיינע פאַרגעניגנס איז — צו ריידן אין דעם ענין פון החזקת לומדי תורה בכלל, און איבערהויפּט וועגן דעם מוסד הקדוש תומכי-תמימים ליובאַ­וויטש, וואָס דער גרונט און ווינקלשטיין פון דעם דאָזיקן מוסד האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע געלייגט אין דעם הייליקן טאָג ח"י אלול שנת תרנ"ז אין ליובאַוויטש.
דהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַ­מאָלסט געזאָגט2:
ההיינט איז דער יום הקדוש וואָס דער בית דין של מעלה האָט אָנגענומען כמה החלטות וואָס זיינען נוגע צום יסוד המעלה פון אידן און תורה.
ועס איז נחלט געוואָרן:
זא) ח"י אלול תנ"ח — נח"ת — זאָל זיך די הייליגע נשמה פון מורנו הבעש"ט מתלבש זיין אין אַ גוף3.
חב) ח"י אלול תפ"ד זאָל מורו הק'4 צו אים נתגלה ווערן און זאָל אים מגלה זיין דעם ביאור התורה פון בראשית ביז לעיני כל ישראל5.
טג) ח"י אלול תצ"ד — זאָל מורנו הבעש"ט נתגלה ווערן6.
יד) ח"י אלול תק"ה7 — זאָל מורנו הוד כ"ק רבינו הזקן געבאָרן ווערן.
יאדי ישיבה תומכי-תמימים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מייסד געווען איז ניט געווען נאָר צוליב לערנען, נאָר אויך צוליב אַריינטראָגען יראת שמים אין וועלט8.
יבאין לערנען תורה קען זיין אַ מתגאה בתורתו9, ישיבת תומכי-תמימים האָט אויפגעטאָן אַז די תלמידים זאָלן זיין בעלי מסירת נפש.
יגדעם כח המסירת נפש פון כ"ק אאמו"ר הרה"ק מייסד ישיבת תומכי-תמימים, קען מען היינט זען ביי די תלמידי התמימים פון דער אַלטער גע­בענטשטער היים ליובאַוויטש, אין אַלע גלות לענדער און אה"ק תובב"א.
ידאין היילן אַ מחלה זיינען פאַראַן ב' אופנים: הא') היילן די מחלה אַליין. הב') מחזק זיין די אברים, אַריינגעבן אַ חיזוק כללי, און דאַן ווערט די מחלה ממילא געהיילט.
טואיך ווינטש אַלע עוסקים ומתעסקים און אַלע מנדבים מיט זייערע פאַמיליעס אַ גמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.