Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·4 Tishrei 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·ד' תשרי תש"ט

אד' תשרי תש"ט
געהאָפט האָט מען, זיין אין ארץ ישראל די ימים טובים, ווייל די תקוה פון יעדן אידן איז דאָך זיין אין ארץ ישראל, אין דער אמת'ע ארץ ישראל.
באַלע אידן זיינען אמת'ע.
גדער ראָגאַטשאָווער גאון1 האָט גע­זאָגט: קיינער האָט באַ אונז ניט צוגענו­מען ארץ ישראל, און קיינער וועט אונז ניט געבן ארץ ישראל2.
דארץ ישראל איז אונזערע, קיינער האָט באַ אונז זי קיינמאָל ניט צוגענומען. זי איז ארץ ישראל, נאָר דער טאַטע האָט אָפּגעשמיסן די קינדער. און אַז דער קינד דערפילט דעם שמיץ און זאָגט: טאַטע מיר ווילן טאָן וואָס דו ווילסט נאָר עס איז פאַראַן דער יעניגער וואָס דערלאָזט ניט, טאָ נעם עם צו, וועסטו זעהן וואָס פאַר אַ גוטע זיסע קינדער מיר זיינען.
ההשי"ת זאָל געבן אַלעמען אַ חתימה טובה, אַז מען זאָל קומען אין ארץ ישראל געזונטערהייט, מיט משיח'ן צוזאַמען.
ועל הודעת מר קרעמער אודות אסיפתם ע"ד התועדות וביקש ברכה ע"ז — היתה המענה של כ"ק אדמו"ר שליט"א:
זאַז אידן טוען אין אַ ענין פון צדקה און בפרט אויף אַ ענין פון תורה, ובפרטי פרטיות אַ רבים, העלפט דער אויבער­שטער.
חהשי"ת זאָל געבן יעדן איינעם וב"ב בפרט אַ חתימה און אַ גמר טוב, און אַ שנה טובה מתוקה, אַ אמת'ע זיסע. און מען זאָל זיך זעהן אין דערהיים.