Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Erev Yom Kippur after covering the blood 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·ערב יוהכ"פ אחר כיסוי הדם תש"ט

אערב יוהכ"פ אחר כיסוי הדם תש"ט1
(אמר כ"ק אדמו"ר:) דער זמן פון שחיטת הכפרות איז ווען עס ווערט טאָג2. היינו, אַז די פינסטערניש גייט אַוועק און עס הויבט אָן ווערען ליכטיג. די פינסטערניש איז דאָך שוין אַריינ­געגעסען זיך אידן אין די ביינער, וואָס פאַרטאָג ווערט שטאַרק פינסטער3, וואָ­רים אפילו אין אַ ליכטיגע נאַכט ווערט אויך פאַרטאָג פינסטער. וואָס אַ ליכטיגע נאַכט איז אויך נאַכט. דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז ס'זאָל ווערען אור (והדגיש תיבת אור) באמת.