Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Erev Rosh Hashanah 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·ערב ר"ה תש"ט

אערב ר"ה תש"ט1
אחרי התרת נדרים, ואחרי קריאת הפ"נ הכלליים
השי"ת ימלא משאלות לבבכם לטובה לשנה טובה ומתוקה.
באין מאַיינע יומן שריפטין האָב איך אין אייניגע צייטען פאַרצייכינט דעם סדר זמנים — לפי שנותיי — דעם אופן החינוך ווי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך גיועהן.
גדער סדר פון ערב ר"ה באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז גיועהן אַ מסודר — אַלע יאָהרין אין אַ זמן מדויק. ווי אַלע הנהגות וואָס זאַיינען מוגבלים אין אַ זמן מדויק, וואָס דאָס פלעגט אונז אַלעמען די וואָס האָבין געלייגט די ריכטיקע אויפמערקזאַמקייט אויף יעדער הנהגה אין יעדער צייט,
דבאַ מיר און באַ די מקורבים וואָס האָבין גיזונטע אויגען אויף זעהן און פאַר­שטיין וואָס מען זעהט, און האָבין גיזונטע עווערין הערען דעם אינער­ליכען מיין פון דעם קלא פנימי פון דביקות און שפיכות הנפש און געגועים עצמיים.
הדער סדר פון ערב ר"ה באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געוועהן — ווי אַלע עניני עבודה — אויפשטיין 12 אַזייגער באַנאַכט, און פלעגט לערנען זיינע שיעורים פון ערב ר"ה, נוסף אויף די שיעורים אין נגלה, אין קבלה, חסידות, וואָס די קביעות איז געווען אַלעמאָל, הן ר"ה, יוהכ"פ, מועדים2, האָט ער געהאַט די שיעורים פון ערב ר"ה.
ומיט 52 יאָהר פריער, ערב ר"ה האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיר אַריינ­גערופען צו זיך אין צימער, בין איך אין דעם זמן הקבוע פאַר מיר ביחוד [אַריינ­געגאַנגען], און לאחר וואָס ער האָט מיר געזאָגט דאָס וואָס עס איז נוגע מיר ביחוד האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך מכבד גיועהן מיט אַ קירוב פנימי און האָט מיר געזאָגט:
זכ"ק הרה"ק הרל"י מבאַרדיטשוב, דער באַרדיטשובער רב, האָט אין איינע פון די זמנים ערב ר"ה פאַרנאַכט פאַר מעריב געזאָגט:
חרבש"ע, ווי איז דאָס גישיקט אַז איך לוי יצחק מבאַרדיטשוב זאָל דאַרפען ביי דיר בעטען פאַר דיינע בני יחידים, איך בין אויך אַ טאַטע, וועל איך וואַרטען ביז וואַנען מען וועט קומען בעטען פאַר מיינע קינדער? איך ווינטש זיי כל טוב בכל עת ובכל שעה3. אַלע אידען זיינען דאָך דיינע בני יחידים, יעדער איד איז אַ בן יחיד, דו ביזט דאָך דער אמת'ר חכם, דער אמת'ר חסדן, איז וואָס פאַר אַ פנים וועל איך האָבען און פאַר אַ שטות וועט דאָס זיין, אַז איך זאָל קומען דיר בעטען פאַר דיינע קינדער, בני יחידים, גיב זיי אַליין מידך המלאה הפתוחה והקדושה אַ השפעה מרובה אין אַלע זייערע ענינים בגשמיות וברוחניות. כן יהי רצון, אמן ואמן.
טהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מסיים גיועהן: אַ נשמה אין גוף, איז דאַרף זיין אין דעם סדר פון בקשה, מען בעדאַרף בעטען באַ דער זיסען גוטען טאַטען וואָס אין הימל, און דער טאַטע גיט בני חייא מזונא אין אַ אופן פון רויחא.
ידער אויבערשטער זאָל ממלא זיין אַלע אונזערע, אייערע און אַלע אידענ'ס בקשות, דאָס וואָס מיר אַלע און כל ישראל בעטען. און השי"ת זאָל אונז און כל ישראל געבין שכל וויסען וואָס צו בעטען, זאָל געבען אונז וכלל ישראל אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
יאאח"כ בירך הרש"ל בשם כל אנ"ש את כ"ק אדמו"ר שליט"א וענה:
יבאַה, שוין צייט זוכה צו זיין צו ביאת המשיח, עס איז שוין זייער פינסטער, שוין צייט עס זאָל ווערען אויף אַ אמת ליכטיג.