Chabad Library · The Rebbe Maharash

Toras Shmuel·Year 5641·Additions·Collection of Letters from Our Rabbis Regarding the Year 5641תורת שמואל·תרמ"א·הוספות·ליקוט מכתבי רבותינו אודות שנת תרמ"א

אליקוט מכתבי רבותינו אודות שנת תרמ"א
מעלת איש הפשוט
במכתבו זה הזכירני על הנועם הרוחני אשר זכינו בחסדו ית' להתענג בנעימת שיחת קדש הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ב1 נבג"מ זי"ע2 בצום גדלי' תרנ"ט בעת חזרת מאמרי ר"ה בביאור ענין יתרון הדיבור על שכל ומדות.
גוהואיל לספר אשר באחד מאמרי דשנת תרמ"א הואיל הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק זצוקלל"ה נבג"מ זי"ע3 לספר לו מה שסיפר לו הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק בשם הוד כ"ק זקנו רבינו הזקן, בעלי מוחין גדולים ובעלי עבודה מיט זודיקע הערצער פאַרשטייען און פילן דעם הפלאת מעלת האיש פשוט באָמרו שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד על מעלת המשכיל, ורחמנא ליבָּא בָּעי4.
דמדת האמת ומס"נ אצל נשמה כללית
המיין שווער, כ"ק הרה"ח ר' אברהם5 נבג"מ זי"ע, האָט געזאָגט להחסיד ר' אשר גראָסמאַן6: דער מחותן — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — איז זיין, ערשטער טראָט אין עבודת היום מיט מסירת נפש. מיט פינף און צוואַנציג יאָר פריער — תרמ"א — האָט מיר דער רבי דער פעטער מהר"ש געזאָגט: זיין אמת און זיין מסירת נפש זיינען שני עמודי אור. — און דער פעטער האָט מסיים געווען: און צו
ותקצ
וואָס פאַר אַ דרגא אמת און מס"נ בריינגען קען קיינער ניט משיג זיין, און בפרט דער אמת און מס"נ פון אַ נשמה כללית.
זיעמאָלט — זאָגט כ"ק חותני להחסיד ר' אשר נ"ע — האָב איך געוואוסט אַז ער וועט זיין דער ממלא מקום קדשו7.
חלימוד מכל דבר
טהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק2 האָט מיר דערציילט, אַז צוליב אַ געוויסען ענין בין איך געווען ביום א' דסליחות תרמ"א ביחידות באַ הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר — הרה"ק3 האָט ער מיר געזאָגט:
יפון יעדער זאַך וואָס אַ איד בכלל און אַ חסיד בפרט זעהט אָדער הערט דאַרף ער אַרויסנעמען אַ הוראה אין אַ הנהגה אין עבודת השם, און עבודת השם איז כולל עבודת התפלה, בירור ותיקון המדות און התחלת העבודה איז משעבד זיין די לבושי הנפש מחשבה, דיבור ומעשה8.
יאאסיפות גדולי ישראל בפעטערבורג
יבעס איז געווען אין די יאָהרן תרל"ט-תרמ"א וואָס צווישן די פּעטערבורגער מלוכה מענער האָט געוואַקסן די העצע פון פּאָגראָמען און שנאת ישראל9.
יגאין יענע צייט פלעגן אָפט פאָרקומען אסיפות גדולי ישראל אין פּעטערבורג, וואו עס פלעגען אָנטייל נעמען אויך די פּעטערבורגער גרויסע גבירים.
ידאויף איינע פון די אסיפות וואָס עס האָט זיך אַרום גערעדט אַ רעליגיעזע פראַגע, איז אַ פּאָר פון די גרויסע גבירים האָבען זיך אין דער פראַגע אַרויסגעזאָגט ניט מיט דרך-ארץ'דיגען בענעם צו תורה און מצוות.
טואיינער פון די גדולי ישראל וואָס האָט זייער פאַר דראָסן דער שלעכטער באַנעם, האָט געזאָגט, אַז הגם די גבירים האַלטן ניט אַזוי, אָבער אויף זייער מיינונג קאָן מען ניט שטעלן, ווייל זייערע עשירות באַלאַנסען שטימען ניט.
טזדער וואָרט האָט אויפגעטרייסעלט די גאַנצע אסיפה, און די פּאָר גבירים זענען געוואָרן פאַרציטערטע.
יזשלמה המלך — זאָגט דער גדול — האָט גוט געוואוסט וואָס אַ גביר איז, הן
יחתקצא
זיין עשירות און הן זיין חאַראַקטער זאָגט שלמה המלך אַז ועשיר יענה עזותאָ10, אָבער די עשירות מיט דער העזה בעדאַרף שטימען, פאַראַן אַזעלכע וואָס די העזה איז מעהר ווי די עשירות11.
יטהצלת בנ"י מהפוגרומים
כאין יאָר תר"מ-תרמ"א ווען עס זיינען פאָרגעקומען די פאָגראָמען אויף אידן אין רוסלאַנד האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש געזאָגט: ווען מען וואָלט מיר געפאָלגט וואָלט מען אַ סך אידישע בלוט פאַרשפּאָרט.
כאהוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אַמאָל געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך האָב זיי — צו די פאָרשטייער פון די רוסישע ממשלה — געוואָלט זאָגן אַז אויב ניט, ד. ה. אויב זיי וועלן ניט פאַרבעסערן זייער באַציאונג צו די אידן, פאָר איך אַוועק אין ארץ ישראל און נעם מיט הונדערט טויזנט אידישע פאַמיליעס און איך וואָלט דאָס דורכגעפירט, נאָר דאַמאָלסט איז געווען ענין ”בילו" און איך האָב ניט געוואָלט מוסיף תוקף זיין, און הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט מסיים געווען: ווען ביי זיי וואָלט געווען דער ”באור ה'"12 וואָלט איך אויך געפאָרן13.
כבאודות הרה"ח ר' יקותיאל ליעפלער
כגהוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט געזאָגט בסעודת חגה"ש תרמ"א: פאַר אַן אמת באַצאָלט מען טייער. ווי עס איז ידוע די מעשה פון החסיד ר' יקותיאל ליעפּליער14, וואָס איז געווען פריער אַ איש פּשוט. הערענדיג אַמאל אַ תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן וועגן חלל הימני און חלל השמאלי, איז ער אַרויפגעקראָכן צום פענסטער פון אויבערשטיבל וואו הוד כ"ק רבנו הזקן האָט זיך געפונען און אַ געשריי געטאָן: רבי, האַקט מיר אָפּ דעם לינקן זייט, איך קען זיך מיט אים ניט ”איספּראַווען" — אַן עצה געבן.
כדהאָט אים הוד כ"ק רבנו הזקן געענטפערט: ואתה מחי' את כולם15 כתיב, איז מיט די ווערטער האָט אים הוד כ"ק רבנו הזקן אַריינגעשיינט ראיית אלקות, אַזוי ווי ראי' גשמיות. נאָכדעם, אַז החסיד ר' יקותיאל פלעגט גיין אין גאַס פלעגט אים
כהתקצב
אַמאָל אַרינשיינען, פלעגט ער גיין אַ טענצל און האָט דערביי געזאָגט אויף זיך אין רוסיש: חסיד פּרישאָל — דער חסיד איז געקומען — החסיד רש"ד באַריסאָווער16 האָט דערציילט, אַז אַמאָל איז ר' יקותיאל ליעפּליער געקומען אין באָריסאָוו און איז אַריינגעגאַנגען אין פּאָסט צו ערליידיגן עפּעס, אינדעם האָט אים אַריינגעשיינט, איז ער געגאַנגען אַ ריקוד מיט'ן פּאָסט17 באַאַמטען18.
כואג"ק מתרמ"א — סדר לימוד
כז[תרמ"א-תרמ"ב]
כחבדבר19 המש'אָ20 שלו אין לו מה לפחד כלל, והרי שמע בעצמו מכ"ק אאמו"ר
כטתקצג
זצלל"ה זיע"א21, ונכון שילמוד כל השנה משניות מס' ברכות, וגמ' מס' ברכות, והשי"ת יברכו בכט"ס כאות נפשו22.
לרצונו לעלות לא"י
לאאשר כבוד קדשו מרן אדמו"ר ר' שמואל מליבאוויץ נ"ע וזי"ע ספר לי בפעם האחרונה שראיתי אותו בשנת תרמ"א, שהוא בעצמו רצה לקנות בית ונחלה בארץ הקדושה דוקא ורצה לקבוע דירתו שמה23 באופן שתספיק לו נחלתו לפרנסת בני ביתו, והשתדל בזה הרבה רק שע"י סבה לא נתמלאה בקשתו אז . . היום יום ג' לסדר אל הארץ אשר אראך, שנת ”יקבץ גליות" [תרנ"א] לפ"ק. פה ק"ק קאטרינאסלוו (יקאטערינאסלאוו) נאום דוב24 זאב ב"ר יוסף ז"ל קאזעווניקאוו25 חופ"ק הנ"ל. (שיבת ציון ווארשא תרנ"ב ע' 95).