Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 36·Additions·Shemosלקוטי שיחות·כרך לו·הוספות·שמות

אשמות
... בטבלא* וא"ו. א"א אשר בשנת ב'תמח עמד משה לפני פרעה ובשנה זו עצמה הקריבו הק"פ, כיון שלדעת הס"ע ארכו המכות שבין ב' מאורעות הנ"ל יב"ח. ונשתרבב הטעות מפני אי הבירור, דהנ"ל ג)**. ועכצ"ל דעמידת משה לפני פרעה היתה בתחלת שנת הפ' שלו, ז.א. בשנת ב'תמז.
בשם. א"א אשר ואכחד את ג' הרועים מרים אהרן ומשה הי' באותה שנה לברה"ע כיון שר"ה הי' באמצע. . .
ג(ממכתב כ"ח מ"ח, תשי"ז)
דב"ה. ב' דר"ח אדר תשכ"ג
הברוקלין, נ.י.
וצום יערלעכן דינער פון בית ספר לנערות
ז"בית רבקה" אין מאנטרעאל,
חה' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
יאיך האָב מיט פאַרגעניגען באַקומען די מיטטיילונג, אַז דער יערלעכער באַנקעט פון "בית רבקה" וועט פאָרקומען אי"ה דעם זיבעטן טאָג אין אדר.
יאז' אדר איז, ווי באַקאַנט, דער געבורטסטאָג פון משה רבינו. דאָס דערמאָנט אויך באַלד, אַז משה רבינו'ס געבורט, זיין רעטונג און זיין דערציאונג איז צו פאַרדאַנקען צוויי פרויען, אַ מוטער און טאָכטער: יוכבד, משה רבינו'ס מוטער, און מרים, זיין שוועסטער. בשעת פרעה'ס גזירות האָבן דערגרייכט די העכסט­קריטישע מאָמענטן און האָבן אַריינגעבראַכט מוטלאָזיקייט און אפהענטיקייט אפילו אין די פירנדע אידישע משפחות, זיינען די צוויי פרויען — איינע אַ מוטער און די צווייטע נאָך אַ גאָר יונגע מיידל — אָנגעגאַנגען מיט זייער מסירות­נפש'דיקע אַרבעט אויפצושטעלן אַ נייעם דור אידן, דעם דור פון דער גאולה. אין די שווערסטע צייטן פון גלות מצרים, האָבן זיי ניט נאָר באַגייסטערט די אַנדערע פרויען נאָר אויך די מענער, און זיי האָבן זוכה געווען, אַז דורך זיי איז געקומען דער אויסלייזער, און די אויסלייזונג, פון דעם אידישן פאָלק פון גלות מצרים.
יבאין אונזער צייט, ספּעציעל אין די לעצטע דורות פון דעם איצטיקן שווערן גלות, האָבן די אידישע פרויען, מוטערס און טעכטער, די זעלבע אויפגאַבע, און די זעלבע פאַראַנטוואָרטלעכקייט און זכות, ווי די אידישע פרויען אין דעם ערשטן גלות. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דאָס אָפט אונטערשטראָכן אין וואָרט און שריפט. אין דעם היינטיקן יאָר, דער 150'טער יאָר פון דער הסתלקות פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא און שולחן­ערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד שיטה און לעבנס­שטייגער, דאַרפן מיר געדיינקען מיט ספּעציעלער באַגייסטערונג די גרויסע השפעה וואָס די רביצין רבקה האָט געהאַט אויף דער דערציאונג פון איר זון, דעם אַלטן רבי'ן, ווי דאָס ווערט באַשריבן אין די זכרונות פון דעם רבי'ן דעם שווער.
יגמיט אַ טיפער, אינערלעכער האָפנונג האָף איך, אַז די תלמידות פון די "בית רבקה" וועלן שטענדיק געדענקען און ריכטיק אָפּשאַצן זייער גרויסן אחריות און זכות אין פאָרזעצן די הייליקע טראַדיציעס פון דער אידישער פרוי, ניט נאָר באַ זיך אין דער היים, וואו די פרוי איז די עקרת הבית, דער יסוד פון דער היים, נאָר אויך דורך אַקטיווער טעטיקייט אין די ברייטסטע פרויען קרייזן, כדי צו העלפן אויפשטעלן אַ טרייען אידישן דור וואָס זאָל זוכה זיין צו דער גאולה שלימה, במהרה בימינו.
ידאון מיט דער זעלבער ערנסטער האָפנונג האָף איך, אַז די בעלי­בתים, עסקנים און פריינט פון "בית רבקה" וועלן אָנווענדן יעדע אָנשטרענגונג — אין צייט, געלט און מי — צו געבן די פולע מעגלעכקייט צו דער "בית רבקה" שולע צו פאַר­גרעסערן זיך און וואַקסן לויט דער פאָדערונג פון דער איצטיקער דרינגנדער צייט.
טוהשם יתברך זאָל אייך אַלעמען בכלל און יעדן בפרט, מצליח זיין אין די אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים און אין אַלעם אין וואָס מען נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טזבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.