Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5684·Night of 20 Kislevספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ד·ליל כ' כסלו

אליל כ' כסלו
א. יש תח"י מכתב כ"ק אאמו"ר הרה"ק נבג"מ זי"ע, שכתב ממאסקווע שנת תרס"ב בחדש כסלו1, והנני קורא את המכתב בכל י"ט כסלו כקריאת המגילה, זה כ"ב שנה*1, והנני רוצה לקרוא את המכתב עתה ג"כ. דאָס איז אַ געריס פון טאַטן.
ב[כ"ק אדמו"ר אמר הקדמה:] כי ישרים דרכי הוי' וצדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם2, ונתבאר3 שענין הפושעים המוזכר כאן הכוונה באלו שהולכים ב­ דרך התומ"צ, ומ"מ קורא אותם ופושעים יכשלו כו', ובגמ'4 אמרו על פסוק זה א"ר יוחנן אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר, אוי לי אם אומר שמא ילמדו הרמאים וכו', ומסקנת הגמ' שצריך לומר בשביל אלו שצריכים לשמוע, ואע"פ שישמעו אלו שאין צריכים לשמוע מ"מ אין להשגיח ע"ז, והראי' מפסוק זה וצדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
גוענין הרמאי בעבודה נת'5 שהוא ענין החיצון, אצלנו יש מקיף ופנימי. והנה צדיק שעוסק בעבודתו לפעמים הוא משתמש במקיף, ולפעמים בפנימי, ווי עס מאָנט זיך, אַבי די אַרבעט זאָל זיך אָפּטאָן, למשל אומן העושה כלי, אין נ"מ אצלו אם הוא עושה ע"פ שכלו או ע"פ שכל איש אחר, אַבי די מלאכה זאָל זיך אָפּטאָן. אבל מי שאינו שייך לזה ועושה כו', הוא חיצון. כמו למשל מי שהוא הולך בשוק וחושב דברי תורה בשביל העלאות, כי ראה כתוב בספרים ענין עבודת העלאת הדברים הגשמיים, ו­עושה כן ג"כ בשביל כוונה זו, הוא חיצון, כי זה אינו שייך אליו, ואצלו צ"ל ד"ת חקוקים במוחו, אך לא בשביל לעשות העלאות כו'.
דוהנה כמו"כ הוא ענין קריאת המכתב שהו"ע מקיף, מ"מ לא ימנע מזה, בשביל אותם שצריכים לשמוע (היינו השמשים שאמר אתמול6, היינו שרוצים אויפטאָן).
הואמר כ"ק אדמו"ר שרוצה מאד ש­כאו"א יעתיק העתקה ממנו, הגם שהו"ע חיצוני, מ"מ כתב הו"ע גדול, כי יש התקשרות דהכותב בהכתב, לכן יכולים להכיר (ע"פ חכמה טבעית) ע"י הכתב, מהות האדם הכותב, וענינו וכל פרטיו.
וב. [קראו את המכתב בקול רם אות באות. בהמכתב כתוב "ואור וחיות נפשינו ניתן לנו", ומסיים "ישר יחזו פנימו". ואמר שרוצה לדבר עתה מענה אודות ששאל אחד ממנו אתמול, על מה שהוא תובע מאתנו ענינים כאלו לפעול, אמירת תהלים ושמירת השבת וכו', און אַמאָל האָט מען געמאָנט לערנען חסידות.
זואמר:] יש אור וחיות, הענין ע"פ השכלה יש בזה כמה ענינים הסברים7, אך עתה רוצה לדבר ע"פ פשוט, חיות בלא אור איז די כוונה ער לעבט, נאָר מ'דאַרף עם מינטערן, למשל חולה מ­סוכן מאד שהרופאים אומרים שצריכים לעשות כזאת וכזאת כדי לרפאו, ומ"מ נאָר לעבן לעבט ער, דאָס רופט זיך אָן חיות, חיות איז פאַראַן נאָר קיין אור איז ניטאָ, כמו"כ ברוחניות ג"כ באופן כזה.
חראיתי איש אחד שהי' דר בפעטער­בורג — זה כעשרים שנה שמת — שעבר בכ"י על כמה לאוין ר"ל ועוד כו', ומ"מ בזמני התעוררות הי' נהפך לאיש אחר ממש, כמו בר"ה ויוהכ"פ הי' בוכה במר נפשו, והי' ממש איש אחר, וכמו"כ בשמח"ת הי' מרקד לפני התורה ושמח בשמחה רבה, וכמו"כ בי"ט כסלו הי' הולך להחסידים, וממש ער פלעגט זיי קושן, והי' שמח מאד, ולמחר בבוקר י"ט כסלו, הי' לוקח הטו"ת והולך לביהמ"ד להתפלל, און פלעגט געבן געלט אויף משקה און פאַרבריינגען (וואָרום צו זיך ידע שלא ילכו כי הי' אוכל טריפות ר"ל), וכאשר הי' חולף זמני ההתעוררות הי' נשאר כמתחלה. זהו פי' חיות, נאָר מען דאַרף מינטערן, לכן וויבאַלד אַז באַ אונז פעלט חיות היינט ווי קען מען רעדן וועגן אור.
ט[אמר לאחד:] זה שבע שנים שאתה דר בראסטאוו, האם אמרת במשך זמן זה לאחד שאתה מכירו שהוא יושב בחנות בשבת, דברת עמו אודות זה? פאַרוואָס איז דאָס, וויילע מען איז אַליין ניט קיין שומרי שבת, מען קען ניט זאָגן מחללי שבת ח"ו, אָבער קיין שומרי שבת אויך ניט, כאו"א לפי מדרגתו, אַ איד דאַרף זיין שבת אַנדערש, אַ יושב אוהל דאַרף שבת שלאָפן ווייניקער ווי בחול, ער דאַרף זיין פאַרנומען דעם גאַנצן טאָג, רגע כמימרא פון שבת דאַרף זיין טייער, טאָמער האָט ער זיך איינגעמאַטערט טראַכטן, זאָל ער זאָגן מיטן מויל זהר, מדרש, תהלים.
יאצל כ"ק אאמו"ר נבג"מ זי"ע איז שבת בבוקר געווען פאַרן דאַוונען, דערנאָך איז געווען דאַוונען, נאָכדעם איז געווען פאַר קידוש, נאָכדעם (בקיץ) פאַר וואַרמעס, נאָכדעם פאַר מנחה, און נאָכדעם בין מנחה למעריב איז געווען גאָר אַנדערש. איך האָב קיינמאָל ניט געזען אַז דער טאַטע זאָל זיך צולייגן שלאָפן בין מנחה למעריב — ווי קען מען זיך דאָס לייגן שלאָפן שבת נאָך מנחה, אַריינקריכן מיט די לאפּציעס אין אצי' — צי עסן ענבים און פאַרלייגן אַ פוס אויף אַ פוס, עס איז דאָך רעוא דכל רעוין גילוי דעתיק. עס איז דאָך אַ מרידה אין עצמות.
יאעס איז דאָך רעכט אַז מ'ווייס גאָר ניט דעם ענין פון אריכות התפלה.
יבאַמאָל איז געווען אַ בעל עסק (אַ חסיד אַ בעה"ב), האָט ער געוואוסט אַז ערב שבת דאַרף ער לערנען חסידות, און פאַרן דאַוונען — ניט בשעת טרינקענדיק די טשאָלנט קאַווע — אַ קוק טאָן אַ וואָרט, און נאָך דעם מאריך זיין בתפלה, און געווען אַזעלכע וואָס האָבן געוואוסט אַז שבת אין דער פרי דאַרף ער גיין אין וואַסער, און לאחרי התפלה בלייבט ער הערן איך מתפללים (המתפללים באריכות), ומעביר הסדרה דערוויילע, און ס'איז געווען אַזעלכע וואָס שבת קען ער גלאַט ניט עסן קיין וואַרמעס פאַר צוויי אַזייגער, ער איז אַזוי אַיינגעוואוינט פון טאַטן פון זיידן, און ס'איז געווען אַזעלכע אַז לאחר שכבר התפלל בבוקר און האָט שוים אָפּגעגעסן און אויסגעשלאָפן זיך, און געשטאַנען אויפן פריזבע און האָט זיך אָפּגערעדט אַלע דברים בטלים, זאָגט ער מ'דאַרף גיין גאָר אין שול הערן ווי מ'זאָגט חסידות, מ'זאָגט אַז עס איז גוט, און גייט און הערט אַז עס איז טאַקע גוט (חסר קצת).
יגג. מיר האָבן בקבלה (מרבותינו) שכ­שאומרים דא"ח און עס קומט אויס און קאַיילעכדיק און דרוש'יק, צריך ל­הפסיק. באַ אונז חוזרים איז דער טעם מצד הגבהת עצמו, אבל אצל הרביים אינו שייך טעם זה, רק מטעם אחר.
ידד. "כל ת"ח שאין בו דעת נבילה טובה הימנו"8, בהמאמר פדה בשלום9 לא נתבאר מהו הפי' נבילה טובה הימנו, אך הפי' הוא כי נבלה בגימט' הטבע עם הכולל, כי עיקר הכוונה הוא להפוך הטבע, וע"ד שאמר אלי' אני נותרתי נביא להוי' לבדי10. מ"מ אם הוא מסור ונתון אל התומ"צ בהרגש פנימי, יכול להפוך הטבע במופת גלוי כדי לקרב הלבבות כו'.
טואבל "כל ת"ח שאין בו דעת", שאינו מכיר ואינו מרגיש כו' אזי "נבילה טובה הימנו", די טבע איז בעסער פאַר עם, זאָל ער ניט טשעפּען די נבילה הטבע, וואָרום ער קען קאַליע מאַכן, זאָל ער לאָזן די טבע ווי דאָס איז, דאָס וועט זיך דורכטאָן דורך אַ פּראָסטן אידן וואָס ער זיצט שבת אין שול אין אַ קרן זוית און זאָגט תהלים, און דאָרטן זיצן צוואַנציק אידן און ריידן דברים בטלים, ווערט ער ברוגז און הויבט אָן שרייען אויף זיי וואָס איז דאָס וכו', און ער איז זיך מיישב לאָמיר מאַכן אַ שלש סעודות, און אַזוי פירט זיך איין אַ שלש סעודות מיט בולקעלעך וכו', און דערנאָך כשבא לביתו ווערט ער גאָר אַנדערש, ביז ער קען נתהפך ווערן לאיש אחר, און דאָס איז ע"י תהלים וכו', ישר יחזו11, ישר איז דער טייטש בשוה אין מוח, לב, ידים ורגלים.
טזבאמת איז חסידים אַמאָל אויך געווען ניט קיין סאַך, אַ מנין בעיר, צוויי איז אַסאַך, נאָר עס איז פאַראַן חסידים חסידישע בע"ב, און אַזעלכע למדנים וכנ"ל, אַ מנין חסידים איז שוים געווען אַ חסידישע שטאָט, עס איז חסידים וואָס צוליב חסידות פלעגט ער אַוועקלייגן אַ אייגענעם ענין, אַ מלמד איז רעכט געווען דריי טעג ניט קומען אין חדר וויילע ער האָט געדאַרפט טאָן מיט זיך, דערנאָך איז ער געקומען אין חדר און זאָגט דעם אינגל, ס'טייטש פאַרוואָס האָסטו אַליין ניט געקאָנט לערנען, וואָס, ווייסט ניט אַז עס איז פאַראַן אַ ג­ט אויף דער וועלט, נאָר אַזעלכע איז אָבער געווען זייער ווייניק, נאָר די עטלעכע האָבן גע'פועל'ט אין אַלעמען כסדר הנ"ל.
יזה. יש כאלו שמקבצים פון ר' אייזיק'ס ור' הלל'ס ספרים, און מ'זאָגט פשט'לעך, און מ'פאַרשטייט אַליין ניט וואָס מ'רעדט, מען זאָגט שקרים, היפך החסידות. ואפי' אם אומרים זאת בכדי להתקבל על הלב ג"כ לא, ובפרט שזהו בשביל ישות ומציאות עצמם ונוח להם שלא נבראו. די כוונה איז חזר'ן חסידות, פסוקים און מדרשים וכו' וואָס מ'זאָגט איז דאָס אַ טובה, אבער חסידות איז אַ עצמי. ביסט אַ משכיל ברעך די קאָפּ, מ'מיינט דאָס ניט אין גשמיות. ויש אחדים ששייכים והורשה להם.
יחהסבר פאַרשטאַנד איז יעצט אַסאַך מער ווי פריער. פאַראַן מאמרים וואָס זיינען געזאָגט געוואָרן פון פריערדיקע און עס איז ניט מובן, און שפּעטער באַ דעם טאַטן פאַרשטייט מען שוין אַלץ, יעדער זאַך איז ער מסביר. עס איז פאַראַן אַ מאמר וירד העיט12, דער טאַטע האָט געפרעגט צו ווייסטו, האָב איך עם געזאָגט וכו', ואמר אאמו"ר: נו, זאָג אַליין האָט דאָס אַ קלעפּ, די עיין'ס קומט אויס אַ כפל לשון (חסר).