Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5689·Night of 19 Kislev 5689·Rigaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תרפ"ט·ליל א·י"ט כסלו·תרפ"ט·ריגא

אליל א, י"ט כסלו, תרפ"ט, ריגא1
א. כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר: מה שנתחדש בדרוש וכל בניך2 בווארשא יותר מהנאמר פה3 שאמר אאמו"ר שיאמר כן, שפעם4 בא אחד לאדמו"ר הצ"צ וא"ל: מי טרעט אַף מיר די גאַנצע שטיבעל, מי הערט זיין דעה ניט וכו' — (אמר כ"ק אד"ש: ער איז געוען אַ משכיל, אַ משיג) — והשיב לו: ואָס דאַרפסט זיך שפּרייטען איבערען גאַנצין שטיבעל אַז וואו מי טרעט, טרעט מען אַף דיר.
בואמר אדמו"ר הצ"צ: יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו5, כשם שיעזוב רשע, רשע ממש צריך לעזוב את דרכו הרעה שלא יהי' עוד רשע, כן איש און אַ שטאַרקער מענש — ער האָט געטייטשט "אָון" לשון און שטאַרקייט6 — דער וואָס איז שטאַרק באַ זיך, אַז זיין דעה איז אַ דעה, זיין השגה איז אַ השגה, זיין איך איז אַ איך, יעזוב מחשבותיו, ער דאַרף אַוועקלאָזן זיינע מחשבות, אויס איך, אַז איך בין גאָרניט. ער דאַרף זיך צוברעכן אַז ער זאָל זיין בפועל ממש ונפשי7 כעפר לכל תהי'8.
גאַמאָל פלעגט מען רעדען חסידות קורץ, האָט אַמאָל9 געזאָגט דער רבי10 פון מעזריטשער מגיד פון בעש"ט'ס וועגען11, אַז ואהבת לרעך כמוך12 איז אַ פירוש וביאור אויף ואהבת את הוי' אלקיך13. אַז מ'האָט האָלט אַ אידען, האָט מען האָלט דעם אויבערשטען14, ווייל אַ איד האָט דאָך אין זיך אַ חלק אלקה ממעל15, איז אַז מ'האָט האָלט דעם אידען, דעם אינוועניק פון עם, איז ממילא האָט מען האָלט דעם אויבערשטען16.
דב. אַ חסידישער איד דאַרף דעם באָרד ניט שערן, מאַכן אַ שפּיץ בערדל אַ פראַנצוסקי בערדל, פע, דער זיידע17 זאָגט אַז עס איז אַ איסור דאורייתא18, און ער איז דער מרא דאתרא ביי חסידים. איר אַלטע וואָס איר זייט געווען ביי דעם זיידן, ביי דעם טאַטן, ביי די פעטערס, ביי די שוועסטער­קינדער — איר האָט אַלע געזען גילוי אור, ווי אַזוי זייט איר מחלל את השם, איך וויל אייך גאָר ניט זען אַזוי, מילא די יונגע וואָס האָבן נאָך קיין אור ניט געזען, זיי דאַרף מען מקרב זיין, אָבער איר אַלטע ווי ווערט דאָס בא אייך רעכט תירוצים באנק וכו', דער זיידע דער מרא דאתרא האָט דאָך אָבער גע'אסר'ט (ובכה הרבה באמרו הדברים האלה)19.
הג. אמר לחיים להתמימים במדינתינו, ואמר: וואָס ווינטשן? מיר זאָלן זיין באיחוד איז פאַרשפּאָרט, עס איז ניטאָ אַ רגע20 וואָס איך טראַכט ניט וועגן זיי און זיי וועגן מיר. דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל אַראָפּ אַלע העלמות וכו'.
וד. צוה לשלוח טעלעגראם לכמה עיירות מרוסלאנד21.
זשאל אותו שמעון יצחק22 איך לחתום. ואמר: ער זאָל דערמאָנען זיין נאָמען וועט זיין אַ רחמנות אויף זיי ד.ה. ניט אויף זיי נאָר אויף [...], שרייבט ראדסטוועניק, אַלע אידן שומרי תורה זיינען מיר שוועסטער­קינדער און חסידים זיינען מיר ברידער און תמימים זיינען ממש פון איין טאַטן און פון איין מאַמען.
חה. אחד ביקש שיאמר דא"ח, ואמר כ"ק אדמו"ר: מען איז מיר מכריח צו ריידן חסידות, אויף ריידן חסידות דאַרף מען האָבן די כותלי החדר, אַ נשמה איז מלובש אין אַ גוף און אַ גוף אין לבושים און די לבושים אין כותלי החדר, און דאָס איז די הכנות צו ריידן חסידות. נאָר מען איז מיר מכריח איז אָן אַ אישור און אָן אַ יאַרליק23 כו'.
טו. מקדשין את החג. פאַראַן דער חילוק פון שבת ביז יו"ט, שבת איז מיקדשא וקיימא24 און יו"ט דאַרף האָבן ב"ד זאָלן מקדש זיין25. י"ט כסלו איז ווי שבת און מען האָט דאָס מקדש געווען, נאָר מען דאַרף עס אויך מקדש זיין.
יאמר אחד ששמע מאיש זקן מראדמיסלא26 ששמע מחותנו ר' זלמן מאיר רפאל'ס27 אַז דער אלטער רבי האָט געזאָגט: איך האָב מקדיש געווען דעם טאָג פון י"ט כסלו אַזוי ווי יוה"כ, אַז וואָס אַ איד וועט בעטן וועט ער אויסבעטן.
יאויען כ"ק אדמו"ר: עס איז נשקשה. ואח"כ חזר הדברים כמה פעמים בהמשך הלילה.
יבז. אמר לסוחר אחד שבהליכתו מקאנטאר לקאנטאר28 יחשוב לכה"פ בקיצור שנתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים29.
יגאמר בדרך צחות: מען דאַרף אַביסל אַ טראַכט טאָן אַז נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים, איי אַז איר שיקט מיר צו אַ אוטא און איך פאָר אין עם דאַרף איך טראַכטן נאָר חסידות, נאָר איר דאַרפט אַ וויילע אַ טראַכט טאָן אַז נתאווה, און מיט דעם מאַכט מען אַ כלי צו אלקות.
ידודיבר עוד להנ"ל אודות שבת, שלא יהי' במסחרו שום חילול שבת ושגם בטלפון לא ידבר בשבת, מען דאַרף וויסן אַז א. ענטפערט ניט שבת, ניט א. ניט ב. און ניט ס. ממילא וועט ש. אויך ניט ענטפערן.
טואמר א. הנ"ל אַז די געשעפטן זיינען ?לאָה.
טזאמר לו כ"ק אדמו"ר: דער אויבער­שטער וועט העלפן אַז עס וועט ווערן פון ?לאָה ווייס. [והוסיף כ"ק אדמו"ר:] א. האָט געדאַרפט געבן 100 צערוואָ­ניצעס30 אויף תומכי­תמימים און ער האָט ניט געגעבן דעריבער איז ?לאָה, איך האָב עס געוואוסט פריער, ר' יוחנן לבר אחתי' האָט געזאָגט31, און איך האָב ניט געזאָגט, נאָר איצטער וועט דער אויבערשטער העלפן, די פאראגעס זייט איר שוין אַריבער נאָר מען דאַרף געבן מעשר און מאַכן אַ כלי צו אלקות.