Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5706· Friday Night Parshas Vayeshev· 26 Kislev· Shabbos Chanukah 5706· at the Mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ו· ליל ש"ק וישב· כו כסלו· שבת חנוכה תש"ו· בסעודה.
אליל ש"ק וישב, כו כסלו, שבת חנוכה תש"ו, בסעודה1.
א. בכלל זיינען די מאמרים פון חנוכה געזאָגט געוואָרען בש"ק חנוכה און ניט בימות החול. אָבער אַמאָל פלעגט טרעפען, אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט איבערזאָגן דעם זעלבן מאמר ביחידות מיט ביאורים אין די ימות החול פון חנוכה.
א. בכלל זיינען די מאמרים פון חנוכה געזאָגט געוואָרען בש"ק חנוכה און ניט בימות החול. אָבער אַמאָל פלעגט טרעפען, אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט איבערזאָגן דעם זעלבן מאמר ביחידות מיט ביאורים אין די ימות החול פון חנוכה.
בב. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ פלעגט פאַרבריינגען אין איינעם פון די חנוכה טעג מיט די קינדער2. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש פלעגט אויך אַזוי טאָן, אָבער ער פלעגט עס מאַכן זייער בקיצור.
גבכלל פלעגט ביי אים אַלץ זיין בקיצור. הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האמצעי פלעגט אויך פאַרבריינגען בקיצור.
דג. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש פלעגט צייטנווייז איבערזאָגן דעם מאמר פון שבת אין דערוואָכן מיט אַ ביאור פאַר זיינע קינדער3, און ער פלעגט זאָגן אַ טעם פאַרוואָס ער חזר'ט דעם מאמר.
הד. בכלל אַ מאמר איז אַ הוראה מלמעלה. דינסטאָג4 מיטוואָך איז דאָך שייך צו שבת. אָבער מען דאַרף האָרעווען דינסטאָג, מיטוואָך דאָנערשטאָג און פרייטאָג, אַז עס זאָל זיין באַ בימים5, ער זאָל קומען אין די טעג, ניט אַז די טעג זאָלן קומען אין איהם. דאָס הייסט ער זאָל ווערן עלטער.
וה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צינדן די חנוכה ליכט אין הויז פון זיין מוטער6, כבוד אמי זקנתי הרבנית רבקה7, און אויך פרייטאָג ערב ש"ק פלעגט ער דאָרט צינדן די חנוכה ליכט8, הגם ער האָט ניט געגעסן און געשלאָפן דאָרט.
זאין די ערשטע יאָהרן נאָך די הסתלקות פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עסן פרייטאָג צונאַכט און אויך שבת בייטאָג אין הויז פון כבוד אמי זקנתי הרבנית רבקה, אין די שפּעטערדיקע יאָהרען פלעגט ער דאָרטן עסן בלויז שבת בייטאָג.
חו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צינדן די חנוכה ליכט ביים טיר צווישען איין חדר צום צווייטען, און האָט ניט ליב געהאַט אַז אימעצער — ניט פון די בני בית — זאָל זיין דערביי9. נאָכן אָנצינדן פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בלייבן זיצן ביי די ליכטלאַך אַרום אַ האַלבע שעה10. נאָכדעם פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיין אַהיים און לערנען אַ שעה, אַ שעה און אַ האַלב אַ שיעור גמרא11. ניט דוקא פון ענין חנוכה, נאָר על סדר הש"ס וואָס ער האָט געלערנט.
טז. ווען12 הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט דאַרפן אַוועקפאָהרן פון דערהיים חנוכה, פלעגט ער אָנזאָגן כבוד אמי הרבנית13, אַז הגם זי וועט הערן חנוכה ליכט בענטשן פון אַן אַנדערן — מהגברים — פונדעסטוועגן זאָל זי אַליין באַזונדער אָנצינדן חנוכה ליכט14.
יח. בבית רבי פלעגט מען זיך נוהג זיין אָנצוהייבן בענטשן חנוכה ליכט פאַר זיך נאָך פאַר ברמצוה אַרום אַ יאָהר — צוליב חינוך. איך געדיינק ניט אויף זיכער ווען איך האָב אָנגעהויבן בענטשן חנוכה ליכט פאַר זיך, אין יאלטא15 אָדער תיכף נאָך יאלטא.
יאט. אַמאָל האָט אַ חסיד משבח געווען אַ צווייטן חסיד פאַר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ — עס איז דערביי אויך געווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — און געזאָגט אויף איהם אַז ער לערנט חסידות. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ געזאָגט: בעסער ווי גאָרניט, אָבער וואָס האָט חסידות איהם געלערנט.
יבאיינמאָל האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש משבח געווען פאַר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ איינעם אַז ער טוט אין חסידות. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ געענטפערט: נו, און וואָס האָט חסידות געטאָהן אין איהם.
יגי. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט, אַז ער האָט מער מקבל געווען פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש ביחידות ווי ברבים, נאָר ער האָט דאָס ניט פאַרשריבן, ווייל ער האָט זיך פאַרלאָזט אויף זיין זכרון, שפּעטער האָט איהם באַנג געטאָהן וואָס ער האָט דאָס ניט פאַרצייכנט.
ידהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַ בעלזכרון.
טויא. חסידות איז מטהר טמאים. וואָס טמאים איז, דאַרף מען זאָגן בחשאי.
טזנאָר אַ נשמה חדשה16 דאצילות17 — הכוונה על הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט געקענט פותח זיין די מעיינות.
יזיב. אויף אַן אסיפה וואָס איז פאָרגעקומען אין פעטערבורג האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש געזאָגט צו איינעם אַ רב: עשו'ן האָט מען אויך גערופן הרב18.
יחער האָט דאָס איהם געזאָגט ברבים.
יטיג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז אַמאָל19 האָט איהם געזאָגט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש: מען דאַרף זיך צוהערן וואָס די ליכטלאך — נרות חנוכה — דערציילן.
כיד. מען דאַרף די ווערטער, ניט נאָר די ווערטער, נאָר אויך די פתגמים, פאַרצייכענען. אַ וואָרט איז ממש מחי'.