Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5706·Friday Night Parshas Lech Lecha 5706·at the Mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ו·ליל ש"ק פ' לך לך תש"ו בסעודה

אליל ש"ק פ' לך לך תש"ו בסעודה
א. בשנת תרנ"ד האָט כ"ק אאמו"ר פאַרבראַכט שבת פ' לך לך, קוטב השיחה: אָנהייב עולם התיקון. בכלל פלעגט מען ניט אַלעמאָל פאַרבריינגען פ' לך לך. נאָך שבת האָט רשב"ץ1 פאַר­בראַכט און האָט געזאָגט אויף אאמו"ר: בוצינא קדישא אור העצמי, אַז מיר וואָלטען געהאַט אַזאַ מדריך יונגער­הייט וואָלטען מיר גיווען אַנדערש.
ביענעם יאָר האָט רשב"ץ פאַרבראַכט גאַנץ עשי"ת, אויך די נאַכט פון ערב יוכ"פ. פאַרטאָג האָבען זיי געזאָגט: מען דאַרף גיין צום האָן, צום שליח, צו דער תמורה.
גב. בשנת תרנ"ב אויף דער חתונה פון ר' משה האָרענשטיין2 האָט אאמו"ר נ"ע פאַרבראַכט און גערעדט3: אַז מ'לערנט חסידות און מען טוט נישט אין עבודה, איז דער עונש ווי פון דעם וואָס נעמט ראשו של מלך און בויגט איהם איין ווי עס שטייט אין תניא4, די שמיץ וואָס מען וועט געבען איז דער חלק האחרון צוגיוויינט דערצו, אָבער די חרפה דערפון.
דדאַמאָלסט איז דאָרטן געווען פתחי' חאַרסאָנער און ישעי' חאַרסאָנער5. איז פתחי' איז נתבטל געוואָרען, און ישעי' איז געשטאַנען און שווייס און טרערן האָבען זיך געגאָסען פון איהם. דער פעטער רז"א האָט געזאָגט: ער ווערט בטל פאַר'ן אמת, פאַר דעם נפש'דיקען אמת.
הג. אדמו"ר מהר"ש האָט אַמאָל גע­לערנט מיט אאמו"ר נ"ע דעם מאמר פון פ' לך לך אין תורה אור6, איז אויף דער שורה "אב רם הוא השכל הנעלם מכל רעיון" האָט ער גערעדט הסברה פיר שעה.
וד. אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט תרנ"ד אַ מאמר לך לך7 אַ פרומער מאמר8: מען דאַרף צוקומען צום רצון למעלה מטעם ודעת, דורך אַוועק גיין "מארצך וממו­לדתך ומבית אביך" פון השגה, דאַ­מאָלסט קומט מען צו "אל הארץ אשר אראך"9.
זה. בכלל פלעגט אאמו"ר אין די ערשטע יאָרען אַ סאַך פאַרבריינגען, אויך אדמו"ר הצ"צ אין די ערשטע יאָרען ובפרט בזמן הנשיאות של אדמו"ר האמצעי10.
חאַמאָל איז אנושיות, מענטשליכקייט, בכלל, געווען אַנדערש, ובפרט אין די קליינע שטעטלעך, און אַ חסיד בפרטי פרטיות.
טאַמאָליקע חסידים איז באַ זיי געווען די זריעה און זיי האָבן קולט גיווען. זיי האָבען גענומען די נקודה, ס'איז דאָך תן11 לחכם ויחכם עוד12, זיי האָבען גענומען די נקודה.
יזיי וואָלטען נישט געקענט צונעמען ווי דאָס איז איצטער דאָ.
יאו. כשהי' כ"ק אדמו"ר שליט"א בן שמונה שנה — אמר ע"ע שאז לא הבין עוד כ"א קטעים קטעים ממה שאמרו — האָט ער געהערט אַ שיחה מכ"ק אאמו"ר נ"ע וקוטבה אַז אָן חסידות קען מען נישט לעבען. ועוד שמע פתגם אחד...
יבכשהי' בן י"ג שנה הביאו את הרשב"ץ נ"ע ללמוד עמו13.
יגז. אויף די משפיעים ליגט דער חוב צו לערנען דאַוונען די תלמידים, נישט מאמרים אויף דאַוונען, נאָר לערנען ווי צו דאַוונען. מען דאַרף זינגען אַ ניגון, נישט מיט חזנות, נאָר אַזוי זינגען. נישט דוקא אַ גאַנצען ניגון, אפילו איין תנועה נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל.
ידאאמו"ר נ"ע פלעגט שבת דאַוונען אין זאַל, פלעגט קומען יוסף דער שניידער — שהי' אצל הצ"צ — און דער בלעכער ואצלם הי' כבר נאָך דער סעו­דה, אאמו"ר פלעגט זינגען אין דאַוונען און צוקלאַפּען באצבע, זיי פלעגען זאָגען תהלים און וויינען.
טוח. (שאל הרמ"ש שיחי': א"כ איז דאָך לערנען חסידות אָן עבודה טויג נישט, מדוע לא יהי' כמו נגלה. והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א:) יעקב מרדכי מפּאָל­טאַווע14 כשהי' מבאר ענין בחסידות הי' מסבירו, ווען ער האָט שוין מער ניט גיהאַט קיין אותיות פלעגט ער זאָגן: אַזוי אַזוי איז דער ענין15.
טזט. אַז אַ פּשוט'ער איד זאָגט ווי עס דאַרף זיין "אלקי נשמה" מיט אַ ניגון, און אַ צווייטער מיט גרעסטע כוונות, איז דאָס בהשוואה.