Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5707· 19 Kislev 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ז· י"ט כסלו תש"ז
אי"ט כסלו תש"ז1
א. פון דער צייט — כסלו תרס"ב — וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען מיט זיין הייליגן בריף2, אַז אונזער יום טוב יט כסלו איז דער יום טוב של ראש השנה פון חסידות*2, איז ביי די תלמידי התמימים נחלט געוואָרן אַז מען בעדאַרף זיך נעמען צו די דרכי עבודה לויט דער הוראה אַז יט כסלו איז ר"ה פון חסידות, און עס איז נחלט געוואָרן אַז פאַר דעם יום טוב של ראש השנה פון חסידות בעדאַרף מען אויך האָבן די הקדמות פון ימי הסליחות און חודש אלול3.
א. פון דער צייט — כסלו תרס"ב — וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען מיט זיין הייליגן בריף2, אַז אונזער יום טוב יט כסלו איז דער יום טוב של ראש השנה פון חסידות*2, איז ביי די תלמידי התמימים נחלט געוואָרן אַז מען בעדאַרף זיך נעמען צו די דרכי עבודה לויט דער הוראה אַז יט כסלו איז ר"ה פון חסידות, און עס איז נחלט געוואָרן אַז פאַר דעם יום טוב של ראש השנה פון חסידות בעדאַרף מען אויך האָבן די הקדמות פון ימי הסליחות און חודש אלול3.
בעס זיינען ביי מיר דאָ4 פיל פרקים מיט בעשרייבונגען און פאַרצייכענונגען פון יענעם ראש השנה של חסידות און פון די קומענדיגע יאָהרן, זינט דער בריף פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז בעקאַנט געוואָרן צווישן עדת החסידים בכלל און תלמידי התמימים בפרט.
גאַלע פאַרשטייען די אוממעגליכקייט צו בעשרייבן אין אותיות הכתב די אינערליכע איבערלעבונגען וואָס די קינדערשע און יוגענד זכרונות שאַפן. אין געוויסע מאָמענטן, אפילו וואָכעדיקערהייט, ווערט דער זעכציג יאָהריגער עבר אַ פרישלעבעדיקער הוה מיט אַלע פרישע פרטים, און בפרט דער טיפער אַריינטראַכט אין ימים ההם בזמן הזה.
דדער טיפער אַריינטראַכט שטעלט בולט אַרויס דעם הדרתקודש'דיקן לעבן אין אַ תמונה חי'. מען זעהט די הייליגע געזיכט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק די דורכדרינגליכע טיפע און שטריינגע אויגן, מען הערט די הערליך התעוררות'דיקע שטימע, און דאָס מאַכט דעם ווייטן עבר פאַר אַ פרישן הוה.
הב. היינטיקן י' און ח"י כסלו, האָב איך, ווי אַלע יאָהר — זינט מיר האָבן זוכה געווען צום גילוי פנימי אַז י"ט כסלו איז ר"ה לחסידות — זיך מסדר געווען אַז אין די הייליגע טעג זאָל איך מאַכן שעות קבועות בכל יום ויום איבער צו טראַכטן און אָפּפרישן די זכרונות פון מיינע ימי הנעורים וימי האברכות אין ליובאַוויטש שבליובאַוויטש, ווי אויך די זכרונות פון ליובאַוויטש שבגלות — ראָסטאָוו דאַן — אַ משך פון פינף און דרייסיק יאָהר, תרמ"התר"ף.
וגעוויסע עניני חינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק און מיינע מלמדים5 ר' יקותיאל, ר' שמשון, ר' ניסן און ר' שמואל בצלאל האָבן מיך מחנך געווען; און די געוויסע חסיד'ישע ספורים וואָס החסידים ר' אבא טשאַשניקער6, ר' חנוך הענדל קוגעל7 און ר' מאיר מרדכי טשערנין8 האָבן מיר דערציילט, האָבן אויף מיר שטאַרק געווירקט לטובה ולברכה.
זאין מיינע קינדער יאָהרן, פון ר"ח אלול תרמ"ט, האָב איך געלערנט ביי ר' ניסן סקאַבלאָ, וועלכער איז געווען אַ אויסערגעוויינליכער איבערגעגעבענער און זעלטענער מחנך, ער האָט מיר אַריינגעגעבען אַ חיות פנימי אין די סיפורים וואָס החסידים ר' חנוך הענדל און ר' אבא האָבן מיר דערציילט.
חדי סיפורים זיינען געווען פערשידענע, און ר' ניסן איז געווען אַ שטאַרקער מדייק אין סדר. האָט ער די סיפורים איינגעטיילט אין געוויסע מחלקות: א) סיפורי הרביים אין צוויי טיילן: 1) סיפורים וואָס די רביים האָבן דערציילט וועגן רביים. 2) סיפורים וואָס חסידים האָבן דערציילט פון זייערע און אַנדערע רביים. ב) סיפורים וואָס חסידים האָבן דערציילט וואָס זיי האָבן געהערט פון זקני החסידים לדורותיהם. ג) סיפורים וואָס האָבן אַ שייכות לחיי הרביים ובני ביתם והנהגתם, וואָס זיי האָבן אַליין געזען און איבערגעלעבט די אַזוי גערופענע "בדידי הוה עובדא" סיפורים. און אָט די אַלע סיפורים זיינען ביי מורי ר' ניסן געווען מיט אַ זעלטענעם סדר.
טיעדער מלמד וואָס האָט מיט מיר געלערנט און דערציילט סיפורים פון מיינע הייליגע עלטערן, אבות החסידות והחסידים, האָט ביי מיר געהאַט אַ געוויסע חשיבות, און ועל כולם איז געווען מורי ר' ניסן. זיינע מסודר'דיקע קלאָרדייטלעכע סיפורים האָבן אויף מיר געווירקט, אַז חוץ דעם וואָס איך האָב דעם סיפור פּינקטליך אויפגענומען האָב איך ליב געקראָגן פיל מאָהל איבערצו'חזר'ן און איבערטראַכטן, און לויט מיין קינדערשן פאַרשטאַנד פאַרטראַכטן זיך אין דעם מוסרהשכל אָדער דעם מופתחותך פון דעם סיפור.
יג. מיין ערשטער דרדקי מלמד איז געווען ר' יקותיאל, מיט זיינע ספּעציעלע איינדרוקספולע חינוך — ערקלערונגען איבער די סיפורי התורה פון חומש בראשית, אַז די אַלע סיפורים זיינען ניט נאָר דערציילונגען וואָס עס האָט פּאַסירט מיט אדם הראשון און די הייליגע אבות, מיט די שבטים און משה רבינו וכו', נאָר דאָס איז אַ געוויסע אַיינוואָרצלונג פון אמונת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל, וואָס מיט די דריי הויפּטזאַכן לעבט אַ איד אָפּ זיינע יאָהרן און איז מחנך דורות ישרים, קינדער און קינדסקינדער, בעלי מדות חסידים.
יאדי זריעה וואָס ר' יקותיאל מלמד האָט פאַרזייט אין מיין קינדערשער הערצל האָט ב"ה שטאַרק מצליח געווען, אַז יעדער סיפור פון סיפורי החסידים האָט ביי מיר געהאַט אַ בעזונדער חשיבות, און בעזיצנדיק אַן ענטוויקלטן פאָרשטעלונגס חוש האָט יעטווידער סיפור וואָס איך האָב געהערט געשאַפן אַ לעבעדיגע בילד פאָרשטעלונג, אַז איך האָב אין מיין כח המדמה ווי געזען די פנימ'ער פון די וועגן וועמען מען האָט דערציילט די סיפורים.
יבד. אין פאַרשידענע זמנים איז מיר אויסגעקומען צו דערציילן, לפעמים בארוכה ולפעמים בקצרה, וועגן מיינע איבערלעבונגען און זכרונות פון די גאָר יונגע קינדער יאָהרן.
יגאיך בין געווען אַזוי אַריינגעטאָן אין די ציורים פון די דערציילונגען, אָדער ריכטיגער געזאָגט, די דערציילונגען זיינען ביי מיר געווען אין פאַרשטעלונגס ציור, אַז איך זע ווי מורנו הבעש"ט אָדער דער מעזריטשער מגיד, אָדער רבינו הזקן, הוד כ"ק רבינו האמצעי, הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אָדער הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זיצן און ריידן און דערציילן און איך הער און זע זייערע הייליגע פנימ'ער.
ידדי אַלע סיפורי הקודש וואָס איך האָב געהערט פון די אויבנדערמאָנטע חסידים און מיינע ליבע מלמדים אין די גאָר יונגע יאָהרן האָבן ביי מיר געשאַפן אַ געשמאַק צו אַריינטראַכטען טיפער אין די סיפורים, ביז עס איז ביי מיר געוואָרן אַ שטאַרקע תשוקה, ווי איך האָב שוין דערציילט ביי פערשידענע געלעגענהייטן, אַז איך האָב אָנגעהויבן צו פאַרשרייבן וואָס איך האָב געהערט ביי די חסיד'ישע יומי דפגרא פאַרבריינגען.
טואַ בעזונדער מקום חשוב אין מיינע פאַרצייכענונגען האָט ביי מיר פאַרנומען די ענינים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, נוסף אויף די סיפורים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן פון כבוד אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע9.
טזחבילות חבילות סיפורים האָבן זיך ביי מיר ת"ל צוזאַמענגעקליבן אין דעם משך פון די פופציג יאָהר וואָס איך האָב אָנגעהויבן מער אָדער ווייניגער אַריינטראַכטן אין דעם תוכן פנימי פון פערשידענע חסיד'ישע אָדער רבי'שע סיפורים, וואָס יעדער סיפור איז אַ געוויסער חלון וואָס דורך אים שיינט אַריין דער אור העבודה פון דעם שמש החסידות, וואָס דער אור מאַכט ליכטיג אין אַלע פינסטערע ווינקעלעך פון די נגעי בני אדם.
יזה. השי"ת זאָל אונז אַלעמען, את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה, דעם כללות קהל החסידים, חסידי חב"ד, חסידי חג"ת וחסידי נהי"ם, בעגליקן אַז מיר זאָלן אַלע זיין עובדי ה' על פי תורת החסידות חב"ד, אין דער עבודה שלמה פון תורה, תפלה און קיום המצות, און מדות טובות באמת.
יחאין די קינדער יאָרן האָב איך געהערט בשעת די חסיד'ישע התועדות'ן פלעגן זקני החסידים זאָגן: לחיים! השי"ת זאָל זיך אויף אונז מרחם זיין אַז אויף דער עלטער זאָל מען ווערן בעלי עבודה, לערנען מיט אַ דרךארץ פאַר דעם נותן התורה, דאַוונען מיט אַ געוויסן דערהער אין דעם דע לפני מי אתה עומד10, און אַז מען לערנט חסידות פאָרן דאַוונען ווערט מען באמת צובראָכן פון דער התבוננות כללית, ווער עס שטייט און פאַר וועמען מען שטייט.
יטו. חסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט האָבן מנהגים מיוסדים, איינגעפונדעוועטע מנהגים פון קדמונים. יעדער מנהג האָט אַ טעם פנימי. חסידי חב"ד זיינען פנימיות'דיקע בעצם מהותם, ממילא זיינען די מנהגי חסידי חב"ד מנהגים פנימיים. חסידים האַלטן פון פועל, פון טאָן ניט פון ריידן, דערפאַר ריידן חסידי חב"ד ווייניג איבער די טעמי המנהגים, און אַזוי אַרום האָט זיך ביי חסידי חב"ד געשאַפן דער נוסח המורגל אין כמה ענינים, מיט דעם סגנון כללי: "ביי חסידים בעט מען ניט".
כ— אויף דעם וואָס איינער האָט געזאָגט אַז מען בעדאַרף בעטן זעצן זיך11 — ביי חסידים בכלל בעט מען ניט, אפילו אויף לימוד החסידות בעט מען אויך ניט, די חסידים משפיעים האָבן ניט געבעטן חסידים אַז זיי זאָלן לערנען חסידות. עלטערע חסידים און געוויסע משפיעים פלעגן נאָר ווייזן דעם אמת'ן אור החסידות והבוחר יבחר, וואָס מען האָט ביי חסידים געבעטען און זאגאר געמאָנט איז די התעסקות בעבודת התפלה12.
כאז. אין דעם ענין פון עבודת התפלה איז ביי חסידי חב"ד פאַראַן אַ סדר מסודר פון די גאָר אַלטע צייטן ווען שמש החסידות האָט אָנגעהויבן מאיר צו זיין ביי חסידי חב"ד, ווען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט זיך דעם ערשטן מאָל אומגעקערט פון זיין רבי'ן המגיד ממעזריטש.
כבווען הוד כ"ק רבינו הזקן איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש האָט ער געוואוסט אַז נשמתו איז אַ נשמה חדשה13, און נשמתו ווי זי איז אין אצילות העליון איז מאיר בגופו הקדוש בגלוי14, און אַז דאָס אַלעס איז צוליב דעם, אַז ער — דער רבי — זאָל מייסד זיין דעם דרך עבודה פון חסידות חב"ד. האָט הוד כ"ק אדמו"ר הזקן געזאָגט15 אַ תורה ברבים16:
כגשמע17 ישראל, אַ איד דערהערט, אַז הוי' אלקינו, דער דערהער איז אַז הוי' איז אלקינו, און אלקינו איז הוי'18. און אין דעם דערהער פיהלט מען די ידיעה והכרה עצמית פון ה' אחד.
כדחסידי הוד כ"ק רבינו הזקן האָבן אין משך פון פילע יאָרן געחזר'ט אָט די תורה ברבים מיט אַ בעזונדער געשמאַק און חיות פנימי.
כההוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר דערציילט בשם הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, וואָס ער האָט געהערט מהוד כ"ק אביו הרה"ק צמח צדק, אַז זקני חסידי רבינו הזקן וועלכע ער האָט געקענט בנערותו פלעגן חזר'ן די ערשטע תורות וואָס זיי האָבן געהערט מהוד כ"ק רבינו הזקן.
כוח. ווען הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק האָט מסדר געווען די מאמרים פון לקוטי תורה, האָט ער וועגן אייניגע מאמרים דערציילט אין וואָס פאַר אַ זמן און ביי וועלכער געלעגענהייט הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט די דאָזיגע מאמרים.
כזדער ספר לקוטי תורה וואָס איז געווען ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געמאַכט אויף זיי אַ רשימה ווי זיי זיינען מסודר אין ספר בית אהרן והוספות19, און אויף אייניגע מאמרים האָט ער צוגעשריבן אין וואָס פאַר אַ זמן האָט רבינו הזקן געזאָגט דעם מאמר.
כחט. צוליב אַ טעם פון אַ זכרון כמוס אתי עמי כחמשים שנה וויל איך דאָ מעתיק זיין אַ מאמר פון לקוטי תורה (ס"פ קדושים), וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר דערציילט וועגן דעם מאמר און, מזמן לזמן, בזמנים שבחר לברכת התעוררות וקליטה טובה, פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק לערנען דעם מאמר:
כטוהדרת פני זקן20, זה שקנה חכמה21. שקנה היינו כמ"ש22 ותופשי התורה, דהיינו מי שתופס במוח הזכרון וחקוק על לוח לבו תמיד, כמארז"ל23 איזהו ת"ח כל ששואלין אותו דבר הלכה כו', שאז מצוה לעמוד מפניו גם בשעה שאינו עוסק בתורה24, לפי שהקב"ה שוכן עוד בקרבו גם כשעוסק במילי דעלמא, מאחר שהתורה חקוקה במוח הזכרון שבנשמתו ועל לבו25, ואורייתא וקוב"ה כולא חד26 (וע' בזהר ס"פ קדושים דפ"ז ע"ב) לזאת כל איש נלבב אשר ידבנו לבו וכלתה נפשו לדבקה בו ית' בתמידות ולהיות ה' שוכן בקרבו תמיד בלי שום הפסק ופירוד לעולם אפילו רגע א', יקנה לו התורה במוח הזכרון שבנפשו. שאז גם אם עוסק בצרכי הגוף הרי התורה היא בבחי' עלמא דאתכסיא שבנפשו שמאיר בו י' של שם הוי' שלכן בפרשה קדש לי כל בכור כתיב בה ולזכרון בין עיניך27 כנודע. ובזה יובן טעם למ"ש בהלכות תלמוד תורה28 בשם הספרי29 שמצוה על כל אחד ואחד לידע כל התורה שהן כל תרי"ג מצות ודקדוקיהן וכו', והיינו להמשיך אור ה' על כל תרי"ג כחות שבנפשו האלקית בפרטותיהן. וכמ"ש30 כולך יפה רעיתי ומום אין בך כולך דייקא, שלכן גם שרש המשכה זו למעלה כלול מתרי"ג. ונקרא בשם אדם ועל דמות הכסא דמות כמראה אדם וגו'31. אך מחמת צוק העתים וקוצר רוח דעת המשיג ועומק המושג, עכ"פ לפחות ישתדל לקבל עוז ותעצומות לקנות ולחקוק במוח הזכרון שבנפשו ה' חומשי תורת משה אשר כתב מפי הגבורה שהן שרש כל התורה שבכתב ושבעל פה כולה כנודע32 שרבי עקיבא הי' דורש על כל קוץ וקוץ תלי תלים של הלכות. רק שהן בהעלם גדול בעלמא דאתכסיא, ומעלמא דאתגליא היא התורה שבעל פה עכ"פ לפחות יקנה ויחקוק סדר קדשים הנקרא חכמה בדברי רז"ל33 ומכפר עונותיו של אדם כמ"ש האריז"ל. (ועיין מ"ש ע"פ מפני שיבה תקום והדרת כו' סד"ה שחורה אני ונאוה34).
לי. אין דער ברכת הפרידה צייט, אין יאָר תר"ף, האָט מיט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַסאַך גערעדט וועגן דעם מאמר והדרת פני זקן אין לקו"ת אַז דאָס זיינען דברי רבינו הזקן וואָס ער האָט געזאָגט אין אַ תורה ברבים, באַלד נאָכן מעזריטשער מגיד'ס הסתלקות. דער עלטער זיידע און דער טאַטע האָבן פאַר זייער הסתלקות געזאָגט דעם מאמר. לטעם פנימי איז דער סוף המאמר, מפני שיבה תקום, געדרוקט אין דעם מאמר שחורה אני34.
לאביי אַ געוויסער געלעגענהייט וואָס איז בפרטיות מבואר אין יומן ג' כסלו תר"פ, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט אַז הוד כ"ק אבותינו רבותינו פלעגן לערנען אַלע טאָג אַ שיעור קבוע תניא, און האָבן געזאָגט אַז דער לימוד און זאָגן אותיות פון תניא איז אַ סגולה צו דעם גילוי פנימי פון נר"נ, און לערנען דעם מאמר והדרת פני זקן אין לקו"ת איז מעורר קבלת הארת יחידה שבנשמה אין אַ פנימיות.
לביא. דער סדר פנימי פון חסידים בעלי עבודה איז געווען אַז נאָכן דאַוונען פלעגען זיי מאַכען אַ קנייטש — סימן אין סידור35, אַז ביז דעם קנייטש האָט מען היינט געדאַוונט בדרך החסידות, און דער דאַוונען איז געווען דער עמוד האור, ביי יעדער חסיד לפי ערכו ולפי מהותו, אין דעם טאָגטעגליכען לעבען.
לגחסידים האָבען געהאַט אַ עונגפנימי אין עבודת התפלה, הגם די עבודתההכנה צו דעם דאַוונען איז געווען אַ מרירות'דיקע, וואָס עס האָט זיך שטאַרק געוויינט אויפן ריחוק פון אַ דערהער — אלקי, אַ געטליכען געפיל, אָבער דער דאַוונען אַליין איז געווען מיט אַ חיות36. אין דאַוונען האָט מען געפילט אַז מען לעבט, כשם ווי עס איז דאָ אַזעלכע וואָס דער סימן אַז זיי לעבען איז ווייל זיי עסען, אַזוי איז געווען ביי חסידים דער געפיל אַז מען לעבט פון עבודת התפלה.
לדזקני חסידיחב"ד פלעגען דערציילען אַז באַלד ווי הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מגלה געווען און מסדר געווען דעם דרך עבודה און השכלה פון חסידותחב"ד, איז ביי חסידים געשאַפען געוואָרען אַ פאָלקס וואָרט: אידען לערנען און דאַוונען, חסידים דאַוונען און טוען, און צוליב דעם אַז מען זאָל האָבען מיט וואָס צו דאַוונען האָט מען במילא געמוזט פריער לערנען.
להיב. אין יופי רוחני זיינען פאַראַן געוויסע דרגות, אָט אַזוי ווי עס איז פאַראַן אין יופי גשמי37. איינער איז אַ יפה תואר און דער צווייטער איז אַ יפה מראה38, דאָס זעלבע איז אין יופי רוחני אויך פאַראַן יפה תואר און יפה מראה. יפה תואר ויפה מראה אין רוחניות איז דער יופי אין תורה ומצות און מדות טובות.
לואַמאָל אַז מען האָט געגעבען סמיכה אַ רב האָט מען אים ניט נאָר פאַרהערט אין יורה דעה נאָר אויך אין אורח חיים, עס איז ניט נאָר וויכטיג צו וויסען וועגען אַ טרפה'ן טאָפּ והדומה, דער עיקר איז אַז מען זאָל וויסען אויב מען האָט אַ כשר'ע האַרץ און אַ כשר'ן מוח.
לזבמשך הזמן זיינען, לסיבות מסיבות שונות, איינגעפאַלען טעותים עיקריים ביי אלו דמתקריין חסידי חב"ד. אַלע ווייסען אַז חסידות חב"ד איז פאַרשטיין געטליכע פאַרשטאַנדען — השגות אלקית, אָבער די השגות ההשכלה אין אלקות איז געווען צוליב אַ התעוררות הלב בשעת עבודת התפלה.
לחביי ליאָזנער ערשטע חב"ד חסידים איז געווען אַ געוויסער וואָרט, עבודת התפלה איז עבודה שבלב, אין האַרצן און מיט דער האַרץ. די חסידים בעלי עבודה זיינען אויך געווען גרויסע בעלי השכלה, אָבער די כוונת ההשכלה איז געווען עבודת הלב39.
לטיג. דער סדר החיים ביי חסידים איז פון קדמונים אָן געווען אין דעם תורה סדר, אַז התחלת היום הויבט זיך אָן מבערב, ויהי ערב ויהי בקר יום אחד40, אַז מען זאָל דערהערן דעם אחד אין בקר בעדאַרף מען האָבן די עבודה פון ערב.
מיד. חסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט זיינען די אמת'ע חכמים צווישן דעם עם הנבחר, וואָס ווייסן ווי אויסצוגעפינען אַ מחלה רוחנית41, און בענוצען אמת גוטע רפואות אין די צוויי אופני רפואה, אָפּצושטעלן די התפשטות המחלה, הן אין דעם אבר וואו די מחלה איז און הן אַז די מחלה זאָל זיך ניט מתפשט זיין אין אַנדערע אברים, וואָס דאָס איז דער עיקר ענין אין דער עבודה פון הכנת התפלה און עבודת התפלה.
מאדי אופני רפואה צו אַ מחלה רוחנית איז בדרך דוגמא ווי די צוויי אופני רפואה צו אַ אבר גשמי, אויסשניידן דעם אָרט וואו די מחלה איז און מחזק זיין די געזונטע אברים אַז זיי זאָלן מחזק זיין דעם אבר המקולקל.
מבחסידים זיינען בטבע תולדותם בעלי הרגש. מען בעדאַרף ניט אויסריידן בפרטיות און אָנווייזן מיטן גראָבן פינגער, זיי פאַרשטייען אויפן וואונק וואָס מען מיינט, נאָר אָפטמאָל מאַכט מען זיך תמ'וואַטע.
מגדרכי החסידים איז צו זען אין דעם צווייטען זיינע מעלות, הן אין עבודה און הן אין מדות טובות, און אין זיך די חסרונות, הן אין לימוד ועבודת התפלה און הן אין עבודה בפועל. מען טאָר ניט מצדיק זיין די אייגענע אשפהדרכים, אדרבא מען מוז זיי אויסרייניגן בכל אופני הרייניגונג, אויסשניידן אָדער אויסבריען ברותחין און אויסוואַשן, ביז עס בלייבט ניט קיין זכר פון דעם פריערדיקן לא טוב, און עס ווערט כולו טוב באמת.
מדאין די שיחות הקודש פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, הן אין די שיחות ברבים און הן אין די שיחות פרטיות וואָס ער האָט מיך מזכה געווען, איז דער אור החיים געווען אַז חסידי חב"ד מדור דור האָבן געלעבט אין עבודת התפלה, מיט דעם זיינען זיי געגאַנגען אין מאַרק, געליען אַ גמ"ח דעם צווייטן, זייער גאַנצער מהות איז געווען עבודת התפלה.
מהדער אויבערשטער זאָל העלפען מען זאָל זיין געזונד אין גשמיות וועט מען ממילא זיין געזונד אין רוחניות.
מוטו. איינער פון די יסודות עיקרים אין דרכי חסידי חב"ד איז געווען אַז מען איז געקומען צום רבי'ן האָט מען גענומען אַ חיזוק אין עבודה בפועל אין דרכי החסידות, אפילו גאָר גאר פשוט'ע אידן חסידים האָבן מקבל געווען אַ חיות אין דרכי עבודה ופועל42, און אָט דער דרך האָט די גאָר גאר פשוט'ע אידן שטאַרק אויפגעהויבן און אַוועקגעשטעלט אין לעילאולעילא'דיקן מקום און מדריגה חשובה באמת.
מזחסידים, הן חסידי חב"ד און הן חסידי חג"ת, האָבן מיט אַ בעזונדער חסיד'ישער אהבה און גוטברודערשאפט מחבב געווען און מייקר געווען די חסידים וואָס פאָרן צו רביים. און אַז אַ חסיד פלעגט קומען פון רבי'ן, בלא פלוג צי אַ חב"ד צי אַ חג"ת חסיד, און בלא פלוג פון דעם מהות עצמו פון דעם חסיד, צי אַ למדן צי אַ איש פשוט, איז דער חסיד האורח פלעגט זיצן בראש החבורה און דערציילן וואָס ער האָט געזען ביי דעם רבי'ן אין עניני חסידות ועבודה, און חסידים — רבנים לומדים, מלמדים בני תורה ועבודה — האָבן זיך משתתף געווען אין דער מסיבה.
מחאין יעדער חסיד לפי מהותו האָט די נסיעה צום רבי'ן פועל געווען אַ פעולה פנימית לפי מהותו, און יעדער לפי ענין מהותו איז געווען אַ עובד ה' מיט אַ חיות פנימי, און דאָס האָט אין יעדער חסיד גע'פועל'ט אַ עילוי, און אַזוי זיינען אַלע חסידים עובדים געוואַקסן מדרגא לדרגא.
מטאַמאָל איז געקומען אַ פּאָלאָצקער קרעמער, אַ איש פשוט, צום עלטער זיידן, הרה"ק צמח צדק, האָט דער רבי געזאָגט צו זיין זון הרה"ק מוהר"ש ער זאָל פרעגן ווער ער איז, ווען הוד כ"ק הרה"ק מוהר"ש האָט אים געזאָגט ווער דער איד איז, איז כ"ק הרה"ק צמח צדק שטאַרק פאַרוואונדערט געוואָרן און געזאָגט כמה גדול כחה של עבודה בפועל מיט אַ אמת43.
נטז. אַ44 טובה טאָן אַ אידן בגשמיות איז העכער ווי פאַרשטיין אַ טיפן ענין אין לערנען, און מכל שכן אַז מען טוט אַ אידן אַ טובה אין רוחניות, אין עסק התפלה און דרכי החסידות והחסידים און אהבת ישראל.
נאעס איז ידוע וואָס דער בעש"ט האָט געמאָנט אהבת ישראל, אַז אפילו אַ אידן וואָס מען האָט קיינמאָל ניט געזען זאָל מען אויך ליב האָבן45 און טאָן לטובתו מיט אַ פנימיות'דיקער איבערגעגעבנקייט.
נבפון אַ לב שמח מיט וואָס אַ איש פשוט איז מקיים אַ מצוה אָדער הנהגה טובה האָט דער אויבערשטער מער נחת ווי פון חכמה דאצילות, און דורך דעם איז מען מעלה אצילות העליון46.
נגיז. מען האָט גערעדט47 אַז — צווישן יו"ד און י"ט כסלו איז די לידה. די התחלה איז פון יו"ד — י"ט כסלו איז דער ברית. ביי אַ ברית זאָגט מען: זה הקטן גדול יהי', דורך וואָס ווערט די הגדלה דורכן דאַוונען. עס איז שוין צייט צו ווערען גדולים, אַרויס פון די קטנות.
נדגעלויבט השי"ת עס איז שוין זעכציק יאָר אַז איך האָב געזען בעלי עבודה חסידים. עס זיינען געווען בעלי עבודה מיט אַ הקדמה און אָן אַ הקדמה, אָבער אַלע אַן אַ קנאַק מיטן פינגער48, אָן התפשטות, אָן רעש.
נהחסידים פלעגן גיין פאַרן דאַוונען אין וואַסער, ניט נאָר צוליב אַ טבילה המוכרחת על פי נגלה, נאָר צוליב אַ טהרה פנימית49 מיט אַ בקשה להשי"ת ער זאָל רחמנות האָבן און זאָל אים געבן אַ געפיל אין עבודת התפלה בכלל און אין תיקון המדות בפרט.
נויח. ביי חסידי חב"ד איז באַקאַנט אַ גאָר אַלטער עבודה וואָרט: השי"ת זאָל געבן אַ לב טוב טאָן אַ טובה דעם צווייטן און מען זאָל אויף זיך ניט פאַרגעסן.
נזיט. אין יעדער ענין, הן אין עבודה פון לימוד התורה און הן אין עבודת התפלה, איז פאַראַן דער עיקרא ושרשא דכולא, און אַזוי איז אויך אין עבודת חסידות חב"ד פאַראַן דער עיקרא ושרשא דכולא.
נחדער גאַנצער ענין השכלה און השגה אין חסידות איז צוליב דעם אַז עס זאָל זיין עבודה בפועל, און די עבודה בפועל זאָל דורכנעמען דעם גוף אַז דער גוף זאָל אַליין טאָן ווי מען בעדאַרף טאָן על פי דרכי התורה והחסידות.
נטכ. ידוע הסיפור מכ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע:
סהוד50 כ"ק הרה"ק צמח צדק הי' רגיל לראות את הוד כ"ק זקנו רבינו הזקן, אחרי הסתלקותו, בהקיץ או בחזיון לילה, והי' פותר לו את כל ספיקותיו בנגלה ובנסתר.
סאבזמן ידוע51, ורבינו הצ"צ יושב סגור בחדרו ושוקד בלימודו, נתקבצו אצלו כמה שאלות שלא ידע להכריע בהן והשתוקק במאד לראות את הוד כ"ק זקנו רבינו הזקן כרגילותו, אבל לא עלה בידו, והי' בצער גדול מזה.
סבפעם בהשכמה הלך הרה"ק צמח צדק להתפלל לבהכנ"ס של הוד כ"ק חותנו אדמו"ר האמצעי זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ובעברו דרך השוק פגע באחד מאנשי השוק, ר' מרדכי אלי' שמו, איש פשוט וירא שמים, נהנה מיגיע כפו במסחר השוק, והיום הי' יומא דשוקא, ויבקש האיש מאת הרה"ק צמח צדק להלוות לו גמ"ח איזה רו"כ52 עד הערב או מחרת בקר, כי ביום הזה הוא יכול להרויח בשוק, ויענהו הרה"ק צמח צדק כי אחרי התפלה כשיחזור לביתו יכנס אליו ויתן לו את הגמ"ח.
סגכשנכנס הרה"ק צמח צדק לבית הכנסת נפל ברעיונו הקדוש המאמר ר' אלעזר יהיב פרוטה לעני והדר מצלי53, וגם המאמר גדול גמ"ח מצדקה54, ויתבונן הרה"ק צמח צדק אשר לא טוב עשה שלא נתן תיכף55 להרמ"א הנ"ל את הגמ"ח שביקש, ויחזור הרה"ק צמח צדק לביתו ויקח את הסכום וילך אל השוק לחפש את הרמ"א, וביני לביני כבר נתקבצו אנשי הכפר עם עגלותיהם וסחורותיהם אל השוק ועלה לו בטורח רב56 למצא את הרמ"א ביניהם, וכשמצאו57 נתן לו את הגמ"ח ויחזור לבהכנ"ס להתפלל.
סדכשנתעטף הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק בטו"ת58 ראה59 פתאום את הוד כ"ק רבינו הזקן בפנים צהובות ויאמר לו: הנותן גמ"ח לאיש ישראל בלבב שלם בלי שום פני', והעושה טובה לישראל באהבה כצווי ואהבת לרעך כמוך, שערי היכלי מעלה פתוחים לפניו60.
סהכשסיפר61 הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק את הסיפור הזה לבנו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — בשנת תרט"ז — אמר לו: מיט דעם וואָס מען העלפט אַ אידן אין פרנסה, אפילו פאַרדינען זיבעציג קאָפּיקעס62 אין אַ קעלבל, עפנט זיך פאַר אים אַלע שערי היכלות העליונים.
סובשנת תרל"ט סיפר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש את כל הנ"ל לבנו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ויסיים:
סזמען בעדאַרף אפילו וויסן די וועג צו די היכלות העליונים, נאָר דאָס מאַכט ניט אויס, דער עיקר דאַרף זיין צו העלפן בלבב שלם מיט אַ געפיהל, האָבן אַ געשמאַק אין אַ טובה טאָן אַ אידן.
סחכא. עס איז שווער צו ריידן ווי אַזוי דער היינטיגער דאַוונען גייט צו, ווען מען מאַכט דעם קשר, דעם ד' מיטן י', דאַוונט מען פון פאָרנט, מען זאָגט הודו וברוך שאמר און מען איז שוין גרייט צו ברכו, מען גיט אַ געשריי שמע ישראל און מען דאַוונט שוין שמו"ע, מען איז ניט מדקדק צו ענטפערן אמן יש"ר, מען לייגט ר"ת'ס תפילין און עלינו זאָגט מען שוין אין פאליש, און אַז עס מאַכט זיך אַ געשמאַקער דברים שמועס שטעלט מען זיך אָפּ, אויף דעם איז דאָ צייט63.
סטמען בעדאַרף טאָן אין עבודת התפלה אַזוי ווי עס בעדאַרף צו זיין, מען בעדאַרף אויך פאַרבריינגען. אַ פאַרבריינגען איז ניט די בראַנפען מיטן פאַרבייסען, דער עיקר ביי אַ פאַרבריינגען איז אַז עס זאָל דערנעמען.
ענאָך יעדער פאַרבריינגען איז געווען אַ בכן, אשר על כן — מען דאַרף ווערן אַ דאַוונער, מען דאַרף מאַכן אַ קנייטש אין סידור, דאַוונען דאַרף מען אינגאַנצן נאָר מען דאַרף מאַכן אַ קנייטש אין סידור64, פון הודו ביז ברוך שאמר אַ סטאַנציע — חסידים פלעגן אַמאָל פאָרן פערטע קלאַס און גיין צופוס, היינט איז די מאָדע מען פליהט מיט עראָפּלאַנען — פון מודה אני ביז הודו איז אויך אַ גרויסע סטאַנציע.
עאמען בעדאַרף אָנהויבן גיין אין חדר, מען בעדאַרף קליגער ווערן וועט מען ממילא ווערן פרימער.
עבכב. רבינו הזקן איז געווען אַ נשמה חדשה13, און דער בעש"ט האָט געוואָלט65 אַז דער אַלטער רבי זאָל אים ניט קענען ווייל ער איז שייך להמגיד, וכשהי' בן ג' שנה והביאוהו להבעל שם טוב האָט ער געהייסן עס זאָל שטיין הינטערן שטאָט גרייט אַ פור אים גלייך אַהיים צו פירן. וכשהביאוהו להבעש"ט הניח ידיו הק' עליו וברכו בברכת כהנים, און האָט געהייסן גלייך אַוועק פאָרן, ואמר: ער איז שייך צום מעזריטשער מגיד66.
עג* * *
עדהשי"ת זאָל ממלא ומקיים זיין אַלע ברכות וואָס אידן בכלל און חסידים בפרט ווינשן זיך בגשמיות וברוחניות. השי"ת זאָל געבן אידן ווי ער ב"ה קען וועט ער זען ווי אידן וועלן טאָן אין תורה ועבודה ווי זיי קענען67.