Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·Excerpt from a Sicha of Lag BaOmer 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·קטע משיחת ל"ג בעומר·תש"ז

אקטע משיחת ל"ג בעומר, תש"ז1
א. הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ של"ה איד2. דאָס הייסט ער האָט געלערנט דעם של"ה און געדאַוונט מיט די כוונות פון של"ה. און בכלל אין אַלע זיינע הנהגות האָט ער זיך געפירט ווי די גדולי התורה אין יענעם זמן.
בכידוע, פלעגן די לומדים אין יענעם זמן זיך האַלטן אָפּגעזונדערט פון די פּראָסטע אידן, וועלכע זיינען ברובם גע­ווען בעלי מלאכות, שוסטער, שניידער און אויך מאַרק הענדלער און דאַרפס­גייער.
גדי רבנים, שוחטים, מלמדים און סתם לערנער פלעגן זיך אָפּזונדערן פון די פּראָסטע אידן אפילו אויך אין די בתי מדרשים.
דדי התבדלות איז דערגאַנגען אַזוי ווייט, ביז מען האָט זיך אָנגעהויבן שעמען מיט די פּראָסטע אידן, מען האָט זיי זעלטן געגעבן אַ עלי', די יאָרצייטן און אבלים פון די פּראָסטע אידן האָט מען ניט גערן צוגעלאָזן צום עמוד.
ההוד כ"ק רבינו הזקן האָט געהאַט יונגע לייט, גדולים בתורה, פאַר וועלכע ער פלעגט זאָגן אַ שיעור גמרא והלכה, און זיי האָבן געהאַט זייער אייגענעם מנין און האָבן זיך מתרחק געווען בכל מיני ריחוק והבדלה פון די פשוטע אידן.
וווען הוד כ"ק רבינו הזקן איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָבן זיינע תלמידים יונגע לייט באַמערקט אַ שינוי אין זיין הנהגה בהנוגע צו די פּראָסטע אידן. ניט נאָר האָט ער אויפ­געהערט זיך מתרחק זיין פון זיי, נאָר ער האָט זיי גאָר אָנגעהויבן מקרב זיין3.
זביי די יונגע לייט איז די זאַך גע­ וואָרן זייער מוקשה, זיי האָבן אָבער ניט געהאַט די דרייסטקייט צו פרעגן אים וועגן דעם.
חהוד כ"ק רבינו הזקן האָט מרגיש געווען אַז די יונגע לייט זיינען פאַר­וואונדערט אויף זיין נייער הנהגה.
טהאָט הוד כ"ק רבינו הזקן דאַן פאַר זיי איבערגעזאָגט די תורה וואָס דער מעזריטשער מגיד האָט אים איבערגע­געבן בשם מורנו הבעש"ט4:
יהוּלט האָבן אַ אידן איז אַ מצוה דאורייתא. אין יעדער מצוה איז פאַראַן די עשה פון דער מצוה און די לא תעשה. און אַזוי אויך אין דער מצוה פון אהבת ישראל איז ואהבת לרעך5 די עשה און לא6 תשנא את אחיך7 די לא תעשה. די פשיטות פון דעם פשוטן אידן, זיין תפלה, זיין זאָגן תהלים נאָכן דאַוונען, זיין טאָן אַ מצוה ווייל השי"ת האָט געהייסן, איז גורם אַ נחת רוח למעלה8.
יא* * *
יבדי חסידישע הדרכה איז אַז יעדער איד, אָן אונטערשייד, אַ למדן צי אַ פשוטער, בעדאַרף זיך אַליין שטעלן די פראַגע צו וואָס בעדאַרף מען מיך אויף דער גשמיות'דיקער וועלט. די נשמה איידער זי איז אַראָפּ אין גוף האָט דאָך געלעבט למעלה אין געטלעכקייט, און אַראָפּקומענדיק למטה אין גוף מוז זי זיך דאָך אָנטאָן אין גשמיות'דיקע זאַכן, וואָס דאָס איז דאָך אַ גרויסע ירידה פאַר דער נשמה, וכמאמר "ירידת הנשמה בגוף".
יגאָבער די ירידה איז "צורך עליה", אַז דוקא דורך דער ירידה קומט די נשמה צו די העכסטע דרגות אין געטלעכקייט, און אָט די פשוטע אידן מיט זייער הנהגה פשוטה, באַלד אויפשטייענדיק לויפן דאַוונען בצבור, זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים און ענטפערן אמן און אמן יהא שמי' רבא, שאַפן דעם גרעסטען קורת רוח למעלה9.
יד* * *
טוזקני10 החסידים פלעגן דערציילן וואָס זיי האָבן מקבל געווען פון די זקני החסידים הראשונים פון ליאָזנע דעם סיפור הידוע11 וועגן איינעם פון די גבירים חסידים, וועלכע זיינען געווען שטאַרק מקושר צו הוד כ"ק רבינו הזקן און פלעגן געבן גרויסע סכומים געלט לרבינו הזקן אויף החזקת ארצנו הקדושה און אויף פדיון שבוים.
טזאיינער אַזאַ חסיד, וועלכער איז גע­ווען אַ גרויסער עושר, האָט שוין חתונה געמאַכט די קינדער און די קינדער זיינען אויך געווען גוט אָפּ, האָט זיך אָנגענומען חתונה מאַכן די קינדער פון זיינע קרובים און צוגעזאָגט פאַר זיי פיינע נדנ'ען, און בכלל געפירט אַ רייכן שטאט, איז אָבער מיט אַמאָל געוואָרן נתהפך הגלגל און ער איז געוואָרן אַ יורד ר"ל, געבליבן אַ גרויסער אביון און דערצו נאָך אַ גרויסער בעל חוב. איז ער אַוועקגעפאָרן צום אַלטן רבי'ן און האָט פאַר אים אויסגעגאָסן זיין ביטער האַרץ.
יזאויסהערנדיק זיין מצב האָט דער אַלטער רבי אויפגעהויבן דעם קאָפּ און געזאָגט, מיט אַ ניגון, כדרכו בקדש הקדשים: דו האָסט אַלץ דערציילט, וואָס דו דאַרפסט, און אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו12 גאָר ניט!
יחדער חסיד איז געפאַלן חלשות און דער משרת האָט אים אַרויסגעפירט פון רבינס חדר. קומענדיק צו זיך האָט ער זיך גענומען באַטראַכטן וואָס דער רבי האָט אים געזאָגט, האָט ער אויף אַלץ פאַרגעסן און זיך גענומען צו תורה ותפלה כראוי.
יטנאָך אַ געוויסער צייט האָט הוד כ"ק רבינו הזקן געהייסן אים אַריינרופן.
כווען דער חסיד האָט דערהערט, אַז הוד כ"ק רבינו הזקן רופט אים איז ער געוואָרן זייער צובראָכן, באַרעכנענדיק זיך נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל דעם מאמר הקדוש, וואָס כ"ק רבינו הזקן האָט אים געזאָגט "דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט אָבער אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו ניט", האָט ער זייער גע­וויינט, געפאַסט און געטאָן אין עניני עבודה.
כאווען ער איז אַריין להוד כ"ק רבינו הזקן איז ער געווען ביי זיך צובראָכן כחרס הנשבר, האָט אים הוד כ"ק רבינו הזקן געזאָגט:
כבאיצטער אַז דו ווייסט און פילסט דעם אמת הוי' לעולם13, אַז דער אמת איז הוי' הי' הוה ויהי' כאחד14, און צו דעם אמת קומט צו אַ נשמה בגוף, קענסטו שוין פאָרן אַ היים און דער אויבערשטער ברוך הוא זאָל דיר מצליח זיין.
כגאון אַזוי איז געווען15.
כד* * *
כהדער טאַטע האָט אַמאָל איינעם גע­זאָגט16 אַז עס זיינען דאָ צוויי נאַראָנים. עס איז דאָך אַ גלגל החוזר בעולם17. איז דער וואָס זיצט אויף דעם ראָד און לאַכט איז ער דאָך אַ נאַר. שוטה, וואָס לאַכסטו, עס איז דאָך נאָר אַ ראָד. דער וואָס זיצט אונטער דעם ראָד און דער ראָד איז אויף אים וויינט. איז ער אַ נאַר. וואָס וויינסטו, עס איז דאָך אַ ראָד אַ גלגל החוזר.
כואַז מען איז רייך און מען איז אויפן ראָד, בעדאַרף מען טראַכטן, אַז עס איז מער ניט ווי אַ ראָד, וואָס דרייט זיך כסדר און עס האָט ניט קיין קיום לדורות, אָבער אַ פסוק חומש, אַ פסוק תהלים, טאָן אַ טובה אַ אידן, דאָס איז אַ דבר המתקיים. עס האָט אַ נצחיות'דיקן לעבן און בריינגט נצחיות'דיקע פירות און פירי פירות, וכמאמר18 זכות אבות לא תמו און לא יתמו לעד ולנצח נצחים.
כז* * *
כחמען דאַרף זיין בשמחה. אַז מ'קוקט זיך צו צו זיך געפינט מען אַמאָל פלעקן וואָס מ'דאַרף אויסוואַשען, אָבער דאָס דאַרף אַלץ זיין בשמחה.
כט* * *
לעס איז דאָ אַ קורצע תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן פון די ערשטע יאָרן פון זיין נשיאות19, וועלכע ער האָט געזאָגט בשם רבו, דעם מעזריטשער מגיד בשם מורינו הבעש"ט:
לאאהבת ישראל מיינט האָלט האָבן אַ אידן אַן קיין שום חילוק, צי אַ למדן צי אַ פשוטער איד, און דער אופן האהבה אין אהבת ישראל בעדאַרף זיין אַ ברידער­לעכע20, וואָס די התגלות האהבה איז אין נשיקה21, אָט אַזוי ווי אהבת התורה איז, אַז מען איז מחבב און מייקר די מענטעלע פון אַ ספר תורה22.
לב* * *
לגאַה! וואָס פאַר אַ געשמאַקע זאַך אַ איד איז. דער אויבערשטער ווייסט דאָך וואָס פאַר אַ געשמאַקע זאַך אַ איד איז, האָט ער דאָך אים געדאַרפט געבן עס זאָל זיין גוט אין גשמיות און אין רוחניות.
לדווען איך בין נאָך געווען גאָר יונג, איז געווען אַ זמן וואָס עס איז געווען, ל"ע, אַ עת צרה, ר"ל פאַר אידן. פרנסה איז געווען זייער שווער, און בכלל די רדיפות מצד הממשלה אין דאַמאָלסטיקן רוסלאַנד. — ליובאַוויטש איז געווען אויפן גרעניץ פון "טשערטא" (תחום המושב23) לעבן סמאַלענסק, און טאָמער, אַ איד פלעגט אַריבערגיין די גרעניץ פון "טשערטא" איינקויפן אַביסל פלאקס וכדומה, פלעגט אַ פּאָליציי מאַן, וואָס האָט געוואָלט אַ טרונק בראָנפן אים אַרעסטירן וכו'.
להאין יענעם זמן איז אַמאָל געווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען. האָט דער טאַטע דאַן געזאָגט: דער אויבערשטער ווייסט דאָך די געשמאַקייט וואָס איז דאָ אין אַ איד, דאַרף ער זיי געבן עס זאָל זיין גוט בגשמיות וברוחניות24.