Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Teves 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·טבת תש"ח

אטבת תש"ח
להת' הנוסעים לאירופא1
ס'איז מיר שווער צו רעדען בארוכה.
באיך וויל איבערגעבן אַ גערוס, אַ פנימיות'דיגען גערוס, צו אַלע אידן בכלל און צו אנ"ש בפרט. איך וויל וויסן וואָס יעדער מאַכט — אנשים, נשים, זייערע משפחות, קינדער. די וועלכע האָבן זיך מסדר געווען, די וועלכע האַלטן ביי מסדר זיין זיך בגשמיות ורוחניות. ווי גייט אָן דער לערנען, צי מ'האָט מייסד געווען חדרים סיי לנערים, סיי לנערות.
גמען איז זיך דאָך מכין אויף צו פאָרן, לערנען זיי דאָך ענגליש, זאָלן זיי ניט לערנען ביי דער וואָס קען זיי לערנען אַנדערע זאַכן, השפעות בלתי נעימות.
דאיר זאָלט איבערגעבען יעדען אַ גרוס בפרטיות, אַ פנימיות'דיגן וואַרימען גרוס.
האיך גיב אייך געלט פאַר פאַרבריינ­גען. וואו איר קומט זאָלט איר מאַכן אַ חסידישע סעודה מ'זאָל זינגען אַ פנימיות'דיקען ניגון, גיין אַ ואַרימען ריקוד. בכלל מעורר זיין פנימיות. וואָס איז אַ חסידישע סעודה — אַ עקיל פון אַ הערינג און אַ ריינע קלאָרע גלעזל משקה. ניט עסן און טרינקען, דאָס איז ניט קיין חסידישע סעודה.
ו(ואמר בנותנו פרוטות: און אויך קליין געלט).
זמען זאָל זען וואָס מען קען טאָן וועגען זייער הסתדרות, און שיקען רע­קומענדאַציעס.
חמ'דאַרף זיך ניט איילען. טאָן די אַר­בעט ניט איילענדיג, ניט טראַכטן וועגן באַלד צוריקפאָרן. נאָר טאָן די אַרבעט אין יעדן מקום (ווי עס באַדאַרף?).
טפאָרט געזונט, זייט געזונט, קומט געזונט. איר וועט מסתמא שרייבן אַמאָל טעלעגראַפיש וואָס איז נויטיק. און מען זאָל זיך זען געזונטערהייט.