Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· 19 Kislev 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· י"ט כסלו תש"ח
אי"ט כסלו תש"ח
א. עס איז דאָ אַ אויסשפּראַך "פותחין בברכה"1, דאָס מיינט זינגען אַ ניגון. ניגון איז העכער פון דיבור2, אין ניגון זאָגט זיך אַרויס די עצמיות, און דאַמאָלט דערהערט מען די פנימיות ועצמיות פון דיבור.
א. עס איז דאָ אַ אויסשפּראַך "פותחין בברכה"1, דאָס מיינט זינגען אַ ניגון. ניגון איז העכער פון דיבור2, אין ניגון זאָגט זיך אַרויס די עצמיות, און דאַמאָלט דערהערט מען די פנימיות ועצמיות פון דיבור.
בדאָס איז דער נקודת הענין וואָס חסידים זינגען אין דאַוונען3. עס איז דאָ אַ ניגון פאַרן דאַוונען און אַ ניגון אין דאַוונען. דער ניגון פאַרן דאַוונען דאָס איז אַ הכנה אַרויס צושלאָגן דאָס וואָס עס דאַרף ניט זיין אין דאַוונען.
גמען דאַרף זאָגן אַ ניגון, ניט בכדי עס זאָל דערנעמען יענעם, נאָר עס זאָל דערנעמען זיך.
דב. מען מאַכט אַ טעות, מען מיינט אַז חב"ד איז השכלה, חב"ד איז דאָך חכמה בינה דעת, טאָ ווי קומט דאָס צו עבודה מדות חג"ת?
האַמאָל האָט מען גערעדט אַז עס איז דאָ חסידים חג"ת — חג"ת'ניקעס, און חסידים חב"ד — חב"ד'ניקעס, מיינט מען ניט אַז חג"ת'ניקעס איז נאָר חג"ת און ניט חב"ד, חב"ד'ניקעס מיינט מען ניט נאָר חב"ד און ניט חג"ת, עס ווענדעט זיך נאָר אין די התחלה פון וואַנען מען הויבט אָן. און דער עיקר פון חסידות איז עבודה.
ודער אַלטער רבי ביז ער איז געפאָרן אין מעזריטש האָט זיך אָפּגעגעבען נאָר מיט בני תורה4, לאחר ווי ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש און וויסנדיק די כוונה פנימית, האָט ער זייער מקרב געווען דוקא אנשים פשוטים5.
זאין דעם בריוו וואָס כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר צוגעשיקט צו י"ט כסלו תרס"ב ווען ער איז ניט געווען אין ליובאַוויטש6 — "היום הזה הוא ר"ה לדא"ח אשר הנחילנו אבותינו הקדושים זצוקללה"ה נ"ע זי"ע, והיא היא תורת הבעש"ט ז"ל. זה היום תחלת מעשיך כו'" — איז דאָרט אָנגעדייטעט דער ענין ברמז.
חג. ווען7 דער אַלטער רבי איז געקומען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט: פאַר זיך האָב איך גאָר קיין מורא ניט געהאַט, איך האָב געזאָגט: ב"ה וואָס דער מאסר האָט פּאַסירט נאָך 25 יאָר8 אַרבעט עבודה פנימית מגלה זיין תורת הבעש"ט, דער ענין האָט זיך שוין אויף געטאָן. איך פאַר זיך אַליין האָב איך ניט מורא געהאַט.
טדער אַלטער רבי האָט זיך מוסר נפש געווען אויף דריי זאַכן: פאַר דעם אויבערשטן, פאַר תורה, און פאַר ארץ ישראל. א) פאַר דעם אויבערשטן — קידוש השם. ב) פאַר תורה — דאָס איז תורה ומצות, תורה אַן מצות איז גאָרניט. תורה מיינט מען ניט ווי ער פאַרשטייט די תורה מיט זיין שכל, נאָר מיט זיין שכל זאָל ער פאַרשטיין די תורה וואָס די תורה וויל. והג) ארץ ישראל, ווי עס איז ידוע9 אַז דער אַלטער רבי האָט אויסגעהאַלטען רבותינו הקדושים מיט זייערע משפחות און משפחות אנ"ש וואָס האָבען זיך באַזעצט אין ארץ ישראל10.
יאיז אין די אַלע ענינים האָט ער שוין אויפגעטאָן און פאַר זיך האָט אים גאָר ניט געאַרט.
יאדער אַלטער רבי האָט געהאַט מס"נ צוליב אַ איש פשוט אין אַ ענין גשמי אָדער אַ ענין רוחני, ער האָט געזען דעם עצמי פון די פשוט'ע אידען, אין בעל הבית'שקייט ווען דער גלות וועט זיך ענדיקען האָט ער זיך ניט געמישט; זיין עבודה איז געווען אויף אַריינבריינגען ליכטיגקייט ביי אידן. השי"ת זאָל העלפן עס זאָל זיין גילוי המשיח בקרוב ממש אָן פאַלשע פירושים, נאָר מען זאָל דערהערען דעם גילוי העצמי והפנימי אין תורה ועבודה.
יבדעם כח המס"נ האָט דער אַלטער רבי מנחיל געווען צו חסידים נאָר דאָס איז בהעלם, און בכדי מגלה זיין מההעלם אל הגילוי איז דאָס אויך דורך מס"נ, און יעדער מעדת החסידים דאַרף האָבן מסירת נפש.
יגעס איז דאָך מתי יבא לידי ואקיימנה11, אין מסירת נפש איז ניט דער עיקר הכוונה דער מסירת נפש, נאָר דער עיקר איז דער ואקיימנה — עס דאַרף זיין דער קיום. להבדיל באלף הבדלות ביי גויים איז פאַראַן, ער שיכור'ט זיך אַן און נאַכהער פגר'ט ער אַוועק, דאָס איז פון דעם בראָנפן און צוליב דעם בראָנפן; אָבער ביי אידן איז די כוונה פון מסירת נפש דער ואקיימנה — דער קיום הדבר.
ידוואָס איז מסירת נפש? דאָס וואָס ער וויל דאַרף מען ניט און דאָס וואָס ער וויל ניט דאַרף מען יע.. .
טוד. עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זאָגן אַז צו ענינים רוחניים איז ער קיין מחותן ניט, ער איז ניט שייך צו דעם. אָבער דער אמת איז אַז ער האָט באַ זיך אַ שרץ'ל12 וואָס מאַכט אים שוין גאָר פאַר אַ מחותן. דער נפש הבהמית קאָרמעט ער ווי אַ מאפס — וואַרפט אים צו אַ שטיקל פלייש, אַ שטיקל חלה, און דער נפש האלקית דאַרט ביי אים. דער נה"ב קומט צו איהם מיט זיינע חכמה'לאַך: עס איז דאָך עסקא דשבתא כפול13, דאַרף ער שבת עסן צווייערליי פיש צווייערליי פליישען צווייערליי פּיטשאַ, און אַזוי פירט ער אים אין לאָך אַריין: מנחה ומעריב ווי אַמאָל, קריאת שמע שעל המטה לאָזט מען דורך14, ער איז יוצא מיט אַרומדרייען די תפילין, און ער קאָרמעט דעם נה"ב, און דער נפש האלקית דאָרט ביי אים.
טזה. חסידים זיינען חכמים מחוכמים, מ'זאָגט זיך אַליין. ביי חסידים מאָנט מען ניט קיין ריבוי, דער עיקר צו אָנהערן דעם אמת.
יזמען קען זיין אַ בקי בש"ס, ריידן אין אַ רמב"ם, מחדש זיין חידושי תורה, ניט דאָס איז דער עיקר, דער עיקר איז לערנען אַ פסוק חומש און דערהערן דעם אמת.
יחו. היינט קען מען פועל'ן אַ פולע.
יטעפ"י תורה דאַרף אַ טאַטע מפרנס זיין אַ בן קטן15, ובפרט אַ עבד איז רבו דאָך מחוייב במזונותיו16, זאָל דער אויבערשטער געבען אַ פולע השפעה בגשמיות וברוחניות אַז עס זאָל זיין ביי אידן געלעבט, חי — געלעבט.
כז. אידן זיינען זייער רייך, מילא אין גשמיות דאַרף מען זיי געבען וואָס זיי דאַרפן, נאָר אין רוחניות זיינען אַלע אידן רייך, נאָר דאָס איז בהעלם און מען בעדאַרף דאָס אַרויסנעמען מההעלם אל הגילוי.
כאח. אין חסידות ודרכי החסידים איז דער עיקר עבודה, השכלה אַליין איז גאָרנישט — מיט השכלה איז ניע פאציאם17. עס איז דאָ אַ סדר: מוחין מדות מחשבה דיבור ומעשה, דער עיקר איז מעשה עבודה בפועל.
כבאַ פּוד השכלה קומט ניט צו עבודה בפועל, למעלה איז אַ גוט וואָרט פון אַ ישובניק העכער פון אַ פּוד השכלה. אַ ישובניק באַגעגענט אַ צווייטן אידן, זאָגט אים: שלום עליכם, נעמט אים אַריין צו זיך אין הויז, גיט אים צו עסן ברויט מיט זויער מילך, וואַרפט אַריין נאָך אַ שײַטל האָלץ אין אויוון כדי ער זאָל זיך אָנוואַרעמען18, נאָכדעם זאָגט ער אַ קאַפּיטל תהלים פאַרוואָס אין אַזאַ שניי דאַרף יענער גיין אין וועג זוכען אַ קעלבל אויף לפרנס בני ביתו; דאָס איז למעלה זייער הויך19.
כגאַ ישובניק האָט אַמאָל געזאָגט דעם טאַטן: איך ווייס גאָר ניט נאָר ווי צו איינשפּאַנען דעם גוף. האָט דער טאַטע געזאָגט: דורך אַ קאַפּיטל תהלים20.
כדט. עס איז זיכער אַז דער רבי אין גן עדן העליון מיט די רביים אבות החסידות און חסידים וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף חסידות און דרכי החסידים איז ידעי מה דהוי בהאי עלמא21, און האָבן אַ קורת רוח וואָס מען איז זיך דאָ משמח בשמחתו. די נשמות החסידים וואָס זיינען זיך צונויפגעקומען אין דעם טאָג צום אַלטן רבי'ן זיינען מקבל אַ ברכה פון רבי'ן פאַר בניהם ובני בניהם.
כהי. די דריי ענינים אהבת השם אהבת התורה און אהבת ישראל דאַרף זיין ביי חסידים אויסגעפלאָכטען צוזאַמען אַזוי ווי אַ נר הבדלה.
כויא. עס איז אַ גרויסע רחמנות אויף די יונגעלייט דאָ. די עלטערע חסידים געדיינקען נאָך פון דער היים, זיי האָבן געזען אַ זיידן, אַ טאַטן; ווי מען רופט דאָס דאָ "דער אַלטע היים"22. אָבער די יונגעלייט, זיי זיינען דאָך לא ראו אור, ובפרט אין דער מדינה. מ'טאָר דאָס ניט זאָגן, איך בין דאָך אַ בטלן — איך גיי ניט אין גאַס, איך זע נאָר דורכ'ן פענסטער איז יאָגט אַריין אַזאַ פראָסט אַז עס נעמט טרייסלען; דער היגער הוהאַ, אַ ציצה באַהאַלט מען, אַ באָרד דאַרף מען ניט, עס איז פּאַסקודנע. אין דער היים איז געווען אַ אויסשפּראַך "עס איז חלשות".
כזאַלע אידען זיינען טייער, דער חסרון איז אין אונז.
כחעס איז נאָר איין טרייסט! ווען אייז צוגייט אויף מים איז דער שטח פון די מים גרעסער ווי בעת עס איז געווען אייז, איז דאָך ווען דער אַמעריקאַנער אייז וועט צוגיין וועט דערפון ווערן מים רבים און מים חיים; און פון דעם אַליין דאַרף מען זיין בשמחה.
כטיב. אח"כ צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לשיר ניגון, ואמר: מ'דאַרף זינגען אַ פנימיות'דיגן ניגון. חב"ד מאָנט אין אַלץ פנימיות; אַ טאַנץ — אַ פנימיות'דיגן, אַ ניגון — אַ פנימיות'דיגן.
ליג. אמר לשאר בשרו ר"מ שניאורסאָהן מארץ הקודש: דו זאַלסט פאָרן געזונט, קומען געזונט און דערהערן ארץ ישראל אין אַ פנימיות.
לאיד. אחד מזקני החסידים הרבנים רצה לישב אל השולחן, ומצד הצפיפות הי' קשה עבורו להתיישב, והעיר על זה כ"ק אדמו"ר שליט"א: דאָס איז דאָך דער קונץ פון אַ למדן, אַז פון דעם ויש ליישב בדוחק זאָל ווערן אַ התרחבות.
לבטו. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן הניגון של ד' הבבות מאדמו"ר הזקן, כ"ק אדמו"ר שליט"א ניגנו ג"כ בדביקות גדולה ובבכי' עצומה. אח"כ צוה לנגן הניגון "ניע זשוריצי חלאָפּצי" וצוה לנגן בשמחה גדולה, וכל הנאספים ניגנו ורקדו בשמחה רבה.