Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·28 Iyar·Erev Shabbos Parshas Bamidbar 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·כ"ח אייר·עש"ק פ' במדבר תש"ט

אכ"ח אייר, עש"ק פ' במדבר תש"ט1
די ידוע'דיגע וואָרט2, אַז דער אָרט וואַרט אויף דעם מענטש'ן טויזענטער יאָרען אַז דער מענטש זאָל אַהין קומען און טראַכטן אָדער זאָגן אַ וואָרט תורה אָדער אַ פעולה טובה, איז דאָס ניט נאָר ווען מען פאָרט ערגעץ, נאָר אויך וואו מען גייט זייענדיק אין דער היים צי אין גאַס.
בעס איז פאַראַן אַ שיחה ארוכה פון טאַטן3, אַז אפילו אַ בלעטעלע וואָס וואַלגערט זיך, אפילו דבר ההוה ונפסד טוען: בולאַך4! וואָס טרעטסטו אויף מיר.
גבעניני קירוב צריך לדבר ולקרב מקל אל הכבד.
דר' גרשון בער5 אמר: מען דאַרף אויפ­שטיין גאָר אַן אַנדערער ווי נעכטען6.
ה[והמשיך כ"ק אדמו"ר שליט"א:] על הבר מצוה של קרעמער תפגוש אנשים שונים, תדבר עמהם וועגען אידישקייט.
ו[ספרתי אודות מרכז משפחתי בקאַלי­ פורניא, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:] עס דאַרף ניט זיין די קאנטעטקייט, דער זיין צופרידן פון זיך ווען מען טוט אַ גוטע זאַך.