Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Sichaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·שיחה

אשיחה1
[ד' כסלו בערב, בהיכל כ"ק אדמו"ר שליט"א2]
בהוד כ"ק אדמו"ר הזקן האָט מקבל גיווען מכ"ק אביו ומכ"ק דודו הר"ר יוסף יצחק כמה עניני תורה ועבודה וסדרי הנהגה של מורנו הבעש"ט בחול ובשבת קודש ובמועדי השנה.
גמורנו הבעש"ט זאָגט:
דיעדער איד קומט אויף דעם עולם הזה החומרי מיט אַ געוויסע שליחות פון תורה אור, תורה ליכט. און מיט אָט דער שליחות פון תורה ומצות גייט ער אום און פאָרט אַרום, הן באַ זיך אין שטאָט און הן וואוהין און באַ וואָס פאַר אַ געלעגענ­הייט ער פאָרט, מיט אַ שליחות פון תורה ויראת שמים און מחזק זיין מוסדות התורה.
ההחזקת התורה וחינוך הכשר איז דער עמוד האור וואָס בעלייכט דעם חשך פון דער גראָבער חומריות'דיקער וועלט און בריינגט צום אמת'ן תכלית צוליעב וועלכען די נשמה איז אַראָפּגעקומען אין דער חומריות'דיקער קאַלטער וועלט.
ו* * *
זרבנים, שוחטים, ראשי ישיבות און עלטערע בני תורה שאקלען מיט די קעפּ אויף דעם מצב הלא טוב, און פאַראַן ביניהם וואָס זיינען יוצא ידי חובתם נאָר מיט אַ בעדויער­קרעכץ: וואָס זאָל מען טאָן?
חאון מיט דעם קרעכץ מיינען זיי אַז זיי זיינען שוין יוצא ידי חובתם בדרכי עבודה.
טבאמת זיינען זיי גאָר די חייבים אין אָט דער געשאַפענער רוחניות­קעלט.
ידי חברה קרעכצער אויף דעם מצב השפל פון תורה בכלל און עבודה בדרכי החסידות בפרט, בעדאַרפן קרעכצען אויף זייער אייגענעם מצב הרוחני.
יאדי איצטיקע חסידישע בעלי עבודה האָבן פאַרגעסן דעם אמת'ן עבודה "א" (אלף) וואָס איז מקובל באַ חסידים פון קדמונים: ווייניקער געקרעכצעט און מער געטאָן.
יב* * *
יגאַז מען זאָגט יענעם דעם אמת דערהערט ער.
ידמען דאַרף זאָגן דעם אמת אָן אַ ווערטל, ווייל ווען מען זאָגט מיט אַ ווערטל, נעמט דאָס יענער אויך אָן ווי אַ ווערטל, אָבער ווען מען זאָגט יענעם דעם אמת ווירקט דאָס.
טושאלה: דאַרף מען דאָך האַלטן ביים אמת?
טזמענה: אַ ודאי בעדאַרף מען האַלטן ביים אמת. נאָר דערצו מוז מען אויך וויסען אין יעדען איינצעלנען פאַל ווער עס זאָגט דאָס די תביעה, צי דער יצר טוב צי דער יצר הרע3. ער — דער יצר הרע — איז דאָך אַ ערום פון והנחש הי' ערום4, דאָס הייסט — שקרן. איינעם מאַכט ער זאָל זיך האַלטן קליין, און איינעם פאַרקערט ער זאָל זיך האַלטן גרויס. און מיט פאַרשידענע תחבולות לאָזט ער ניט צוקומען צום אמת.
יזמען דאַרף יענעם זאָגען דעם אמת, מען דאַרף זיך ניט זידלען, אָבער דעם אמת דאַרף מען זאָגן, און ער דערהערט.