Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5710· Night of Wednesday Parshas Vayigash 8 Teves 5710ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"י· אור ליום ד' פ' ויגש· ח' טבת ה'שי"ת
אאור1 ליום ד' פ' ויגש, ח' טבת ה'שי"ת2
הרי"מ מספר אודות השתתפותו בועד המיניסטריום באה"ק ת"ו ואשר עי"ז — ובנתינת כח יתירה מטעם איחוד הדתיים (רעליגיעזער בלאָק) — הנה פעלו הרבה בענין שמירת שבת, כשרות, הלכות אישות, ובאחרונה בענין גזירת גיוס נשים.
הרי"מ מספר אודות השתתפותו בועד המיניסטריום באה"ק ת"ו ואשר עי"ז — ובנתינת כח יתירה מטעם איחוד הדתיים (רעליגיעזער בלאָק) — הנה פעלו הרבה בענין שמירת שבת, כשרות, הלכות אישות, ובאחרונה בענין גזירת גיוס נשים.
באמנם מסתפק אם טוב עושה מה שמתחבר עמהם. ומגדולי התורה אינו שומע דבר ברור אם יחזיק או ירפה. והיה חפץ לשמוע חוו"ד כ"ק אדמו"ר שליט"א בזה.
גכ"ק אדמו"ר שליט"א: דער טאַטע נ"ע זאָגט אין דער אסיפת הרבנים, אַז עסקני הכלל בכלל והרבנים בפרט דאַרפן שטענדיג רעכנען זיך מיט דעם וואָס מען האָט ניט דערטאָן און בפרט אַז מען לאָזט אַ מקום לטעות.
דהרי"מ: כי הוא מפחד תמיד אם ממלא תפקידו במילואו, כי על שאלתו את גדולי התורה, וגם באסיפת הרבנים היום חפצו לשמוע דבר מוחלט ואין שומע, ובכן שואל.
הכ"ק אדמו"ר שליט"א: איך בין דעם טאַטענס אַ מודרך. דער טאַטע איז אין אַלע עניני הכלל געווען אַ דייקן און איז געשטאַנען קרוב צו 40 יאָר אין אַ תנועה פון מסירת נפש בפועל אויף ניט מוותר זיין כקוצו של יוד. און האָט געזאָגט: זאָל זיין אפילו אַ מיעוט, אָבער אַ הונדערט פראָצענטיקער.
ואין בית הכנסת און בית המדרש קומען אַלע אידן גלייך, אַלע פרומע אידן וואָס קומען מתפלל זיין בלא פלוג פון דעם איד וואָס האָט זיין אָרט אין דער מערב שורה צי דרום און צפון שורה איז אַ טייערער געשמאַקער מסירת נפש איד. אַז ער זאָגט שמע ישראל, איז אפילו ניט וויסענדיק אַזויפיל ווי דער מזרח איד, זאָגט ער דאָך שמע ישראל פון תוכיות ופנימיות, עס נעמט אים דורך אינגאַנצען. אָבער דער מערב איד קוקט אויף דעם מזרח איד, איז די וואָס האַלטן זיך פאַר מזרח אידן דאַרפן וויסן אַז מען קוקט אויף זיי.
זעס פעלט, אָבער על כל פנים איז שוואַך דער קלאַפּ אין טיש: יהי כן!
חהרי"מ לוחץ בחזקה ידי כ"ק שליט"א, מתוך שביעת רצון כל מה ששמע. וכקא"ש מברכו: פאָרט געזונט און קומט געזונט און דער מסירת נפש אייערער זאָל מצליח זיין.
טגיט איבער אַ גרוס אַלע אידן און בעט זיי אַז זיי דאָרט, אין ארץ ישראל ת"ו, און מיר אַלע אין די גלות לענדער זאָלין אויספּועל'ן אַז השי"ת זאָל בקרוב ממש שיקן צו זיי און צו אונז משיח צדקנו אַז ער זאָל אונז אַלע אידן בריינגען די גאולה האמיתית והשלימה, אַרויסנעמען אַלע אידין פון שעבוד גלות און בריינגען אין ארץ הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, אמן.