Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5680 to 5687· Sefer HaSichos 5683· Shabbos Parshas Mishpatim on Rosh Chodesh Adar 5683ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תר"פ-תרפ"ז· ספר השיחות תרפ"ג· ש"פ משפטים· בדר"ח אדר תרפ"ג
אש"פ משפטים, בדר"ח אדר תרפ"ג
א. וועגן די משכילים וואָס לערנען דעם ביאורי זוהר מיט די העכסטע השכלה, און בכח ההשגה ההיא קענען זיי טאָן היפך הענין, און אַליין טוען זיי היפך ההשכלה, אויף די האָט דער טאַטע גאָר ניט פאַרקלערט.
א. וועגן די משכילים וואָס לערנען דעם ביאורי זוהר מיט די העכסטע השכלה, און בכח ההשגה ההיא קענען זיי טאָן היפך הענין, און אַליין טוען זיי היפך ההשכלה, אויף די האָט דער טאַטע גאָר ניט פאַרקלערט.
בנאָר וועגן אַ פּראָסטן אידן, וואָס שטייט אויף אין האַלבע נאַכט, און זאָגט אַ קאַפּיטל תהלים, און וויינט זיך אויס גאַנץ גוט, אָט די האָט דער טאַטע געמיינט.
ג[אמר אחד המסובים: פאַר די וואָס זיינען דאָ, איז דאָס צופיל קולא. והשיב:]
דמ'מיינט דאָך ניט קיין קולות ח"ו, נאָר באמת אויף דאָס גופא דאַרף אויך קריכן די אויגן פון שטערן, און אַז עס קריכן די אויגן איז נשקשה. אַ קאַפּיטל תהלים איז אויך גוט. אַוודאי דער וואָס איז שייכות צו לערנען חסידות און וויל זיך פטר'ן מיט אַ קאַפּיטל תהלים, קען זיך ניט פטר'ן.
הב. לחיים, דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז מיר זעהן זיך איינער מיט דעם אַנדערן, זאָלן מיר ניט נמאס ווערן איינער דעם אַנדערן. וואָרום עס טרעפט אויך צייטן אַז מען ווערט נמאס איינעם דעם צווייטן. עס ווערט דאָך נשתנה צורתכם מיום ליום ומשעה לשעה, איר זייט דאָך היינט ניט דער וואָס נעכטן, און ניט וואָס מיט אַ חודש צוריק. איר ליגט אין בלאָטע, קריכט אַרויס פון אייער בלאָטע, איר פאַרלאָזט זיך אויף דעם רבי'ן, דער רבי קען צו אייך ניט קריכן אַזוי נידעריק.
ולאָמיר זיך אויסזאָגן איינעם דעם אַנדערן.
זלחיים, דער אויבערשטער זאָל געבן אַז מ'זאָל ניט יוצא זיין מיט די חיצוניות, אפילו אַז עס קען נאָך קומען אַ צייט וואָס מ'וועט זיך קוויקן מיט די חיצוניות און מ'וועט זאָגן אַז דאָס איז אונזערע פירות, נאָר אָךאוןוויי איז צו די וואָס וועלן זיין די פירות, און אָךאוןוויי צו יענע וואָס וועלן זיי מאַכן פאַר פירות.
חג. לחיים, דער אויבערשטער זאל געבן עס זאָל זיך אויספירן דעם טאַטנס רצון, דעם טאַטנס כוונה, דעם טאַטנס גוטע פריינדשאַפט צו יעדער אידן, און צו יעדער חסיד, און אַז ח"ו יתמהמה, זאָל זיך דער אור החסידות ציען מדור אחר דור ביז משיח'ן1.
טד. הערט אַלע אידן, מען דאַרף קובע זיין עתים לתורה, אפי' חומש מיט רש"י, אַ קאַפּיטל תהלים, דאָס איז אויך תורה, איר וועט זיך דערנאָך כאַפּן פאַר די ביינער, און איר וועט זאָגן פאַרוואָס האָט מען אַייך ניט געזאָגט.
י— ביך איך אייך מתרה, מ'דאַרף קובע עתים זיין לתורה.
יאה. מחאה איז שלש שנים2, עס איז שוין באַלד דריי יאָר אַז עס איז ניטאָ דער רבי דער טאַטע, האָט נאָך קיינער אַ רעכטן קרעכץ ניט געגעבן. איר וועט קומען בעטן מ'זאָל אייך טאָן אַ טובה: דו ביסט דאָך עפּעס אַ חסידישער יונגערמאַן, אפשר קענסטו מיר עפּעס טאָן אַ טובה, איך בין אַזאַ און אַזאַ.
יב— אויף אַזאַ פּאַרך האָב איך זיך גאָר ניט געריכט, איך האָב געמיינט אַז דו ביסט אַ פּאַרך, נאָר אַז דו ביסט אַזאַ פּאַרך, האָב איך זיך גאָר ניט געריכט.
יגו. אילו יצוייר אַז איר וואָלט וויסן אַז דאָ איז פאַראַן איינער אַ יודע מחשבות, צי אַ רב צי אַזוי אַ איד, וואָלט איר דאָך ניט טראַכטן דאָס וואָס איר טראַכט, שיים זע צווישן אַזאַ מסיבה קען זיך ניט געפינען איינער וואָס ער ווייס וואָס יענער טראַכט.
ידז. לחיים, השי"ת זאָל געבן אַז ס'זאָל זיין ישמח ישראל בעושיו3.
טו[אמר א': היינו אַז תיקון זאל יורש זיין אורות דתהו, והשיב:], לא זהו הענין. מען מיינט אַז מען דאַרף זיך פרייען במי שעשה אותו.