Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5709· Night of Wednesday 10 Shvat 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ט· אור ליום ד' יו"ד שבט תש"ט
אאור ליום ד' יו"ד שבט תש"ט1
— יום היאָרצייט של הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע2 —
— יום היאָרצייט של הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע2 —
בבעת ביקורם של המתעסקים בהחזקת ישיבות "תומכי תמימים ליובאַוויטש"
גלקבל ברכתו הקדושה של כ"ק אדמו"ר שליט"א
דאהבת ישראל, ליעב האָבן אַ אידן, איז אַ מצוה מן התורה, גלייך ווי אהבת השם יתברך און אהבת התורה.
הדי דריי נאהבים השם יתברך, תורה און אידן, זיינען גלייך אין דעם אופן ווי זיי דאַרפן געליעבט ווערן.
ואהבת התורה ליעב האָבן תורה, איז אין דעם ניט פאַראַן קיין אונטערשייד צווישען ליעבשאַפט צו חומש בראשית אָדער חומש שמות צי ויקרא במדבר ודברים, אָדער נביאים וכתובים. דאָס זעלבע איז אויך וועגן משניות, גמרא בבלי אָדער ירושלמי מדרשים און זהר.
זדי חז"ל זאָגן3 אויף דעם פסוק (משלי ה'4) אורח חיים פן תפלס וגו' אל תהי יושב ושוקל מצותיה של תורה. כולם מרועה אחד נתנו ואל אחד אמרם5. און דערום זיינען אַלע תורהווערטער און דערקלערונגען באַ אַלע אידן גלייך מצד דעם נשמהגעפיהל.
חאין וואָס עס קען יע זיין, און עס איז טאַקע פאַראַן, אַ אונטערשייד באַ אידן, איז אין דעם שכל, אין דעם פאַרשטאַנד פון תורה, אין די דערקלערונגען אין די פרטי עניני המצות וואָס זיי בעדייטען, איינער פאַרשטייט מער, דער צווייטער ווייניגער. דאָס איז אָבער נאָר אין דעם פאַרשטאַנד פון תורה ומצות, אָבער מצד דעם נשמהגעפיהל זיינען אַלע אידן, פאַרשטייער און ניט פאַרשטייער גלייך.
טדי דערקלערונג פון דעם איז:
ישכל קען זיך איבערגעבן אין ווערטער, געפיהל קען זיך ניט איבערגעבן אין ווערטער.
יא* * *
יבתורה איז שכל אלקי, געטלעכער שכל. תורה דערקלערט דעם געטלעכען שכל מיט אַזעלכע קלאָר דייטלעכע ביישפילן פון טאָגטעגליכן לעבן וואָס דורכשניטליכע מענטשן פיהלן און איבערלעבן.
יגאַזעלכע משלים און ביישפילן זיינען פון די גרעסטע ווערטפול און ווינטשונגסווירדיקע זאַכן אין תורה וחכמה פאַרשטאַנדן דאָס זיינען די ריכטיגע מיטלען ווי צו בריינגען די תורה ומצות פאַרשטאַנדן צו די ברייטע שיכטן פון עם ישראל, ה' עליהם יחיו*5.
ידיע, ריכטיג אַז עס איז פאַראַן אַ אונטערשייד פון הרגש — געפיהל — און השכלה — פאַרשטאַנד — וואָס באמת זיינען זיי צוויי בעזונדערע בעגריפן.
טואָבער להיות אַז לימוד התורה איז אַ מצוה מן התורה, וואָס דער בעגריף פון דער מצוה איז ידיעת התורה, צו פאַרשטיין מיט שכל דורך געוויסע דערקלערונגען און ביישפילן, זיינען די משלים ביישפילן און די שכלדערקלערונגען אַ וויכטיקער טייל פון תורה ומצות.
טז* * * אָט דאָס וואָס דאָ איז אַרויס געזאָגט געוואָרן אין אַלגעמיינע קורצע הויפּטשטריכן קען מען זיך אַליין מער אָדער ווייניגער דערקלערן מיטן ביישפּיל פון נגינה.
יזאין נגינה זיינען פאַראַן פאַרשידענע טיילן, די ווערטער און דער געזאַנג פאַר זיך אַליין, כמאמר החכם6 הלשון קולמוס המוח והשכל, הקול קולמוס הלב וההרגש — די שפּראַך איז די פען פון דעם מוח, וואָס בעשרייבט דעם שכל, די שטימע איז די פען פון דער האַרץ און געפיהל.
יחבכללות הייסט דאָס, אַז ווערטער און שטימע זיינען דאָס די וואָס פאַרעפנטליכן דעם געפיהל און דעם פאַרשטאַנד פון פנימיות הנפש.
יטאין טאָגטעגליכן לעבן זעהען מיר אַז דער וואָס פאַרטיידיגט זיך אָדער דעם צווייטן, איז ווען עס קומט צו דעם הויפּט פאַרטיידיגונגס מאָטיוו ווערט זיין אויסזעהן ערנסט און זיין שטימע שטרענג, מיט איין אויסגעשריי.
כאין נגינה זעהען מיר, אַז איינער פיהלט די נגינה אַזוי און דער צווייטער אַנדערש, דאָס איז אָבער אַלץ באַ די וואָס הערן די נגינה, באַ דעם מנגן גופא אָבער — איז דאָך דער געפיהל איינער.
כאדאָס זעלבע איז ווען מען הערט אַ שכל, איז איינער פאַרשטייט אַזוי און דער צווייטער אַנדערש, דאָס איז אָבער אַלץ באַ די וואָס הערן די נגינה, באַ דעם מנגן גופא אָבער — איז דאָך דער געפיהל איינער.
כבנאָך אַ זאַך איז פאַראַן אין נגינה, עס טרעפט אַז עס זינגט זיך, און עס טרעפט אַז מען מוז זינגען, עס זינגט זיך גאָר ניט נאָר מען זינגט ווייל מען מוז זינגען. בכלל איז נגינה לפי מהלך הנפש, אָבער עס איז פאַראַן וואָס מען זינגט ווייל מען מוז זינגען, דאָס הייסט מען איז זיך מגביר אויף די געפיהלען. איז הגם אַ קינסטלער מנגן קען בעהאַלטן זיינע געפיהלן אָבער ער אַליין פיהלט אַז דאָס איז מער ניט ווי אַ הוראת שעה.
כג* * *
כדאיך זאָג דאָס קעגן דעם אַז מיר אַלע אידן וואָס לעבן אין דער לאַנד און אין די אַנדערע פרייע לענדער, וואו עס הערשט דער יושר פון מענטשן רעכט און אמונה רעכט, אַזוי ווי אין דער דאָזיקער לאַנד7, זיינען מיר אידן מער ווייניגער איינגעאָרדנט און עס זיינען — ברוך השם — ניטאָ קיין שטערונגען אויף לימוד תורה וקיום המצות.
כהמיר אַלע אידן, וואָס בחסד השי"ת לעבן אין אַמעריקא און אין אַלע פרייע לענדער, בעדאַרפן תמיד געדיינקען און באַ יעדער פאַמיליען אָדער חברה פאַרזאַמלונג טאָן אַלעס מעגליכע צו ברענגען טרייסט און הילף צו דעם קערפּערליכן און גייסטיקן לעבן פון די פיעלע טויזענטער צובראָכענע אידן במדינות שונות וואָס זיינען נאָך ניט צוגעקומען צום ברעג. איז במילא זינגט זיך ניט. איך מיין ניט צו זאָגן דוקא איך, וואָס איך פיהל די אמת'ע אהבת ישראל, איך מיין בכלל אַז אַלע אידן דאַרפן אַזוי פיהלן.
כו* * *
כזאיצטער האָבן מיר דעם פאַרגעניגן צו טרעפן זיך מיט די טייערע אורחים בעלי צדקה וחסד וואָס טוען מיט איבערגעגעבענקייט פאַר החזקת התורה בכלל און פאַר החזקה פון די — ברוך השם — פאַרצווייגטע ישיבת תומכי תמימים ליובאַוויטש בפרט.
כחגעלויבט השם יתברך מען טוט פיעל, אָבער ניט וויפיעל מען דאַרף און וויפיעל מען קען טאָן.
כטמען קען טאָן אַ סאַך מער, ווי למשל אַ גרויסע משא איז אַ סאַך מענטשן קענען זי זייער לייכט אויפהויבען8.
לבאמת איז, אַז אין דערויף ליגט טאַקע די נאַרעריי און די פחד וואָס מען נאַרט זיך אָפּ און מען שרעקט זיך. ווען מען זאָגט אַז אויף אַ זאַך בעדאַרף מען האָבן הונדערט טויזנט אָדער אַ פערטל מיליאָן דאָללאר, ווערט מען דערשראָקן און מען נאַרט זיך אָפּ אַז מען קען דאָס ניט, אָבער באמת קען מען גאָר אַ סאַך אויפטאָן.
לא* * *
לבמיר האָבן זיך צופיעל צורעט וועגן געלט, מיר וועלן יעצט ריידן צום פּאָינט, כלשון אַמעריקא.
לגאיינע פון די זאַכען וואָס מורנו הבעש"ט נ"ע האָט אויפגעטאָן איז אהבת ישראל, ליב האָבן אַ איד, ניט נאָר אַ גאון וצדיק, אַ חד בדרא, נאָר אַ איד אַלס אַ איד9.
לדדער בעש"ט האָט אונז אויך געלערנט10 צו קוקן זיך צו דער השגחה פרטית וואָס איז דאָ אין אַלע זאַכן, אפילו אין דאָס וואָס מענטשן רופן קלייניקייטן, אַ שטרויעלע אפילו, וואָס ליגט אין גאַס און עס קומט אַ ווינט און טראָגט זי איבער פון איין אָרט אויפן צווייטן איז דאָס צוליב אַ כוונה פון השגחה פרטית, וואָס אַזוי איז אין אַלע בעשעפענישן פון דומם צומח חי מדבר ובפרט באַ אידן ובפרטי פרטיות באַ שומרי תורה ומצות ומחזיקי תורה — איז דאָך אַ ודאי און אַ ודאי אַלעס בהשגחה פרטית.
לה* * *
לויעצט פיעל איך בעשיינפערליך אַ השגחה פרטית. עס איז געוואָרען פופציג יאָר זינד די ישיבה תומכי-תמימים איז געגרינדעט געוואָרן אין ליובאַוויטש.
לזליובאַוויטש איז אַ קליין שטעטעלע מיט אַ סאַך קבצנים וועלכע האָבן געהאַט קוים ברויט מיט זויער מילך. דער וואָס האָט געקענט קויפן אויף שבת אַ קעלבערנע פיסל איז געווען פאַררעכנט פאַר אַ שיינעם בעל הבית.
לחווען דער טאַטע נ"ע האָט געמאַכט די ישיבה תומכי תמימים האָט ער דאַן ניט געוואָלט נעמען קיין געלט באַ דער וועלט, בכדי מען זאָל אים קיין דעות ניט זאָגן אין דער הנהלת הישיבה, איז געווען שווער צו אָרגאַניזירן די ישיבה. האָט אים זיין מוטער — אמי זקנתי הרבנית רבקה נ"ע2 — געזאָגט: וואָס ביסטו זיך מצטער, וואָס מיר וועלן עסן וועלן זיי אויך עסן.
לטאון אַזוי איז געווען. די וואָס זיינען צוגענומען געוואָרן אין דער ישיבה, האָט זיי זיין מוטער, הרבנית הצדקנית, מרת רבקה, געשפּייזט.
מזעט אַלע די הייליגע געטליכע השגחה פרטית, היינט.
מאמיט פופציג יאָר שפּעטער האָבן מיר זיך דאָ צונויפגעקליבן, אידן פון פאַרשידענע ערטער, אַלס אַזעלכע וואָס זיינען מחזיק די ישיבה אין וועלכער אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה האָט מיט פופציג יאָר צוריק געגעבן צו עסן די ערשטע תלמידים פון דער ישיבה. און היינט איז איר — הרבנית הצדקנית מרת רבקה — יאָרצייט. זעט מען דאָך אין דעם ממש השגחה פרטית.
מב* * *
מגדי וואָס ווייסן די מאמרי חז"ל וואָס בעשרייבן דעם שכר הנשמות אין גן עדן פאַר די מעשים טובים וואָס מען טוט אויף דער וועלט, און האָבן אַ פאָרשטעלונגסחוש, קענען זיי זיך, מער אָדער ווייניגער, פאָרשטעלן וואָס עס קומט פאַר היינט אין גן עדן, אין דעם יאָרצייטטאָג פון דער הייליגער נשמה וואָס זי האָט מיט פופציג יאָר צוריק מעגליך געמאַכט די גרינדונג פון דער ישיבה תומכי-תמימים אין ליובאַוויטש.
מדאַלע נשמות הקדושות פון די הייליגע רביים און צדיקים וואָס זיינען אין גן עדן זיינען ממליץ טוב און בעטן רחמי שמים פאַר די אַלע וואָס זיינען מחזיק און זיינען זיך מתעסק אין דער החזקת הישיבה תומכי-תמימים, פאַר זיי און פאַר זייערע בני בית, הצלחה ואריכות ימים.
מההשם יתברך זאָל געבן אַז דער זכות פון די רביים וצדיקים זאָל מגין זיין אויף די אַלע אידן, הם ובני ביתם, און אויך אויף דער ישיבה, זיי זאָלן אַלע וואַקסן בהצלחה: די ישיבה אין תורה און אויך אין גשמיות, די בעלי בתים אין גשמיות און אויך אין תורה.